שחיטה דף הראשי -
SHCHITA HOME PAGE
KOSHER SLAUGHTER
משמרת השחיטה העולמי
שעל ידי ועד הכשרות
העולמי
נתייסד על ידי ועד הרבנים העולמי
Mismeres HaShechita International
A
Port Of The
Vaad Hakashrus
International
Founded By The
Vaad Harabonim
International
כאן תמצא בעז"ה כל הספרים וענינים על עניני שחיטה
דף 112 PAGE
משמרת השחיטה העולמי - Mismeres HaShechita International
תלחץ בכל מספר ותגיע לשער השמים
502 PAGES -
502 gimatria BASA"R
1
2
3
4
5
6
7
8
9
10
11
12
13
14
15
16
17
18
19
20
21
22
23
24
25
26
27
28
29
30
31
32
33
34
35
36
37
38
39
40
41
42
43
44
45
46
47
48
49
50
51
52
53
54
55
56
57
58
59
60
61
62
63
64
65
66
67
68
69
70
71
72
73
74
75
76
77
78
79
80
81
82
83
84
85
86
87
88
89
90
91
92
93
94
95
96
97
98
99
100
101
102
103
104
105
106
107
108
109
110
111
112
113
114
115
116
117
118
119
120
121
122
123
124
125
126
127
128
129
130
131
132
133
134
135
136
137
138
139
140
141
142
143
144
145
146
147
148
149
150
151
152
152
153
154
155
156
157
158
159
160
161
162
163
164
165
166
167
168
169
170
171
172
173
174
175
176
177
178
179
180
181
182
183
184
185
186
187
188
189
190
191
192
193
194
195
196
197
198
199
200
201
202
203
204
205
206
207
208
209
210
211
212
213
214
215
216
217
218
219
220
221
222
223
224
225
226
227
228
229
230
231
232
234
235
236
237
238
239
240
241
242
243
244
245
246
247
248
249
250
251
252
253
254
255
256
257
258
259
260
261
262
263
264
265
266
267
268
269
270
271
272
273
274
275
276
277
278
279
280
281
282
283
284
285
286
287
289
290
291
292
293
294
295
296
297
298
299
300
301
302
303
304
305
306
307
308
309
310
311
312
313
314
315
316
317
318
319
320
321
322
323
324
325
326
327
328
329
330
331
332
333
334
335
336
337
338
339
340
341
342
343
344
345
346
347
348
349
350
351
352
353
354
355
356
357
358
359
360
361
362
363
364
365
366
367
368
369
370
371
372
373
374
375
376
377
378
379
380
381
382
383
384
385
386
387
388
389
390
391
392
393
394
395
396
397
398
399
400
401
402
403
404
405
406
407
408
409
410
411
412
413
414
415
416
417
418
419
420
421
422
423
424
425
426
427
428
429
430
431
432
433
434
435
436
437
438
439
440
441
442
443
444
445
446
447
448
449
450
451
452
453
454
455
456
457
458
459
460
461
462
463
464
465
466
467
468
469
470
471
472
473
474
475
476
477
478
479
480
481
482
483
484
485
486
487
488
489
490
491
492
493
494
495
496
497
498
499
500
501
502
אוצר
היהדות העולמי
OTZER HYAHADUS HOILUMI
מאגר ספרי
שחיטה העולמי
The World
Shechita
Library
שחיטה אנציקלופדיה - Shechita Encyclopedia
The Laws of Shechita
מיסודו של הגה"צ רבי שלום יהודה גראס, כ"ק מרן אדמו"ר מהאלמין שליט"א
Rabbi Sholom Yehuda Gross, the head of the Rabbinical court of Holmin
לקבלת ""קובץ ספרי שחיטה המובהקים" 16 כרכים בחינם: - לרבנים, מנקרים, שוחטים, בודקים, ומנקרים, וכוללים,
נא להתקשר למנהל "חברה מזכי הרבים
העולמי" הרב אברהם ווייס, בבית המדרש "עטרת ישעיה" האלמין
רחוב נחל לכיש 24/8
- רמת בית
שמש ארץ ישראל
011 972 548 436 784
המשך מעמוד הקודם...
מעשה יב
דער סאַטמאַרער רבי שיקט דעם פריימאַנער רב, הרב ר' יושע העשל דייטש פון לאָס אַנדזשעלעס, צו די גסות שחיטה, און באַקומט אַ פּונקטליכן רעפּאָרט
דער סאַטמאַרער רבי האָט געוואָלט וויסן וואָס עס קומט פאָר ביי די שחיטה, האָט ער געוואָלט שיקן אַ רב קוקן אויף די שחיטה. ער האָט געזאָגט פאַר איינעם פון זיינע נאָענטע אַז ער וויל שיקן איינעם קוקן אויף די שחיטה, האָט דער פּלוני געזאָגט פאַרן רבי'ן אַז וויינשטאָק לאָזט קיינעם נישט אַריין. ער האָט זיך בכלל נישט דערשראָקן פון צו געבן דעם רבי'ן אַזאַ מאָדנע תשובה, וויסנדיג אַז וויינשטאָק צאָלט דאָך ריזיגע געלטער. נו! ווער איז דען דער בעל הבית?
האָט דער רבי געזאָגט אַז אַזוי ווי הרב ר' יהושע העשיל דייטש וויל מאַכן אַ שחיטה אין לאָס אַנדזשעלעס, און ער וויל מאַכן פּונקט אַזוי ווי דאָ הי, ממילא וועט דער קצב הידוע שוין מסכים זיין, וכך הוה. דער פּלאַן איז אַדורך, און הרב הנ"ל איז געגאַנגען באַקוקן די שחיטה. אַזוי ווי הרב הנ"ל איז אויך געווען אַמאָל אַ שוחט, האָט ער פּינקטליך געוואוסט אַלעס וואָס עס קומט פאָר, און האָט אַלעס איבערגעגעבן פאַר'ן רבי'ן, און דער רבי האָט געהייסן מאַכן פאַרשידענע תיקונים. מען האָט טאַקע געמאַכט תיקונים, אָבער עס האָט געדויערט נאָר צוויי וואָכן.
אַ מעשה נורא מיט ר' יצחק לעווי מסאַטמאַר, מיט זיין סאַלאַמי און פלייש געשעפט
יצחק לעווי איז איינער פון די חשוב'ע אידן אין סאַטמאַרער בית המדרש, ווי עס איז באַקאַנט אַז דער סאַטמאַרער רבי זי"ע האָט גערופן זיין ווייב מיט'ן נאָמען פּעלא. זי איז געווען אַ גרויסע צדיקת, זי פלעגט צוזאַמעננעמען געלט פאַר אַלע מוסדות און געגעבן פאַר די סאַטמאַרער רביצין תליט"א, און אויך פלעגט זי ברענגען גאַנצע פּעקלעך מיט געלט פאַר'ן סאַטמאַרער רבי'ן.
ויהי היום, עס איז געווען מיט אַן ערך 26 יאָר צוריק, עס איז געווען אַן אסיפה ביים סאַטמאַרער רבי'ן זצ"ל, און דער לאַנדסבערגער רב האָט זיך אָנגערופן אַז יצחק לעווי מאַכט סאַלאַמיס מיט אַלע פּאַסטראַמיס מיט טוירקי ראָל און ער האָט נישט קיין השגחה. ער שרייבט "למהדרין מן המהדרין", אָן קיין שום השגחה? האָט זיך אָנגערופן איינער פון די יוצאי משרתיו: "וואָס הייסט, יצחק לעווי דאַרף אַ השגחה? אַזאַ חשובער איד! ער איז נישט באַגלייבט?".
האָט דער רבי זצ"ל זיך אָנגערופן, עס איז נישט פאַראַן צו זאָגן, קיינער איז נישט באַגלייבט אָן אַ השגחה, און האָט ווייטער געזאָגט, אַז "אפילו ווען איך וואָלט געווען אַ מאַניפעקטשורער, וואָלט איך אויך נישט געווען באַגלייבט אָן אַ גוטן משגיח מיט אַ גוטן רב, ווייל איך וואָלט געטראַכט אויסצופאָפּען דעם רב מיטן משגיח אויף וואָס פאַר אַן אופן עס קען נאָר זיין, ווייל ווען איך בין אַ ביזנעסמאַן טראַכט איך אַז יעדע פּעני שפּילט ביי מיר אַ גרויסע ראָלע, ווייל פון אַ פּעני אין ביזנעס ווערט מיליאָנען, און אָן אַ משגיח האָט מען נישט קיין שום נאמנות. איר קענט נישט דעם בעל דבר, מיט געלט כאַפּט ער אַריין יעדן איינעם".
עס איז געבליבן אַז אַפילו דער יצחק לעווי דאַרף אויך האָבן אַ השגחה, אָבער ליידער למעשה איז דאָס נישט אויסגעפירט געוואָרן, און עד היום הזה האָט ער נישט קיין השגחה.
מיט אַן ערך 20 יאָר צוריק איז געשען אַ מעשה נורא. מען האָט דעם דערמאנטן יצחק לעווי איינגעשפּאַרט אין תפיסה. מען האָט געדאַרפט האָבן אַן ערך פון 150,000$ אויסלייז געלט. וואָס איז געשען? מען איז באַלד געלאָפן צום רבי'ן מיט אַ "ויצעקו", פּדיון שבויים. דעם רבי'ן האָט מען געזאָגט אַז מען האָט אים געכאַפּט מיט מייז און מען האָט אים באַשטראָפט פון די גאָווערנמענט, איז דאָך אַ רחמנות, וואָס הייסט, ארעסטירן פאַר האָבן מייז אין געשעפטן, רשעים וכו'.
דער אמת איז, האָט דער עולם געשמועסט, אַז מען האָט אים געכאַפּט - נישט די רבנים - נאָר די רעגירונג - מיט טריפה פלייש ממש!!! טייל זאָגן אַז ער האָט דאָס געקויפט פון די נאָרט אָדער פון די וועסט, דאָס גאַנצע סאַטמאַרער בית המדרש איז געגאַנגען אויף קעסל און כלים. איר קענט זיך אינטערעסירן אין סאַטמאַר, דער עולם ווייסט דערפון.
דער רבי האָט אָנגעפאַנגען אַ מבצע הצלה. אַלע עשירים האָבן אָנגעהויבן צו געבן געלט, וואָס הייסט, דער רבי האָט געהייסן! מען האט טאַקע צוזאַמענגעשטעלט אַ שיינע סומע געלט. סוף-סוף איז נתגלה געוואָרן, אַז ער האָט אַריינגעברענגט פון אויסער אַמעריקע נישט קיין כשר פלייש, און די רעגירונג האָט אים געכאַפּט.
דער קאַפּישער רב זצ"ל האָט דעמאָלט אינמיטן פאָרלערנען געזאָגט ברבים (וואָס, אגב, דער ר' יצחק לעווי פלעגט זיצן ביי זיין שיעור) וואָס הייסט ר' יצחק לוי מסאטמאר? ווייל ער רופט זיך סאַטמאַר דאַרף ער שוין נישט האָבן קיין השגחה? ווי איז דאָס געהערט געוואָרן אַזוינס אַז אַ איד זאָל פאַרקויפן אין די הונדערטער טויזנטער פונט פלייש אַ וואָך און זאָל נישט האָבן אַ השגחה? (אגב: דער ר' יצחק לעווי פלעגט אויפשטיין יעדן פאַרטאָגס אום 4 אַזייגער און האָט געלערנט אין בית המדרש).
מעשה יד
אַ מורא'דיגע מעשה פון הייליגן ר' ברוך גארליצער זצוקללה"ה, וואָס איך האָב אליין געהערט פון כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג זצ"ל
אין יאָר תשל"ו, איידער איך האָב אַרויסגעגעבן דעם "מדריך לכשרות" נומער 14, וואָס דאָרט האָט זיך אָנגעפאַנגען די מורא'דיגע היסטאָריע פון אַנטפּלעקן די סקאַנדאַלן וואָס עס קומט פאָר ביי די שחיטה, נאָך דעם וואָס איך האָב שוין גערעדט כמעט מיט אַלע רבנים פון התאחדות הרבנים אַז זיי זאָלן זען מתקן צו זיין די שחיטה, האָב איך געהערט אַז דער קלויזנבורגער רבי איז אַ גרויסער מומחה אין עניני שחיטה. בין איך אַריבער מיט אַ בנש"ק (וואָס איז אויך אַ מומחה אין די ענינים פון שחיטה) צום קלויזנבורגער רבי'ן זצ"ל.
בשעת מיר זיינען אַריינגעקומען און דער רבי פרעגט אונז וואָס איז אונזער באַגער, האָבן מיר געענטפערט אַז מיר זיינען געקומען איבערשמועסן דעם מצב הכשרות וועגן די סקאַנדאַלן וואָס קומען פאָר ביי די שחיטה.
האָט דער רבי אונז באַלד געזאָגט, אַז אויב אין שנת תשל"ו זענען נאָך דאָ צוויי יונגעלייט וואָס עס טוט זיי וויי אַז מען פיטערט דעם כלל ישראל מיט נבילות וטריפות, מעג שוין משיח קומען.
און אַזוי האָב איך אָנגעפאַנגען צו דערציילן היסטאָריעס וואָס עס טוט זיך ביי די שחיטה. מיר האָבן גערעדט וועגן כל מיני שאלות ותשובות וואָס עס האָבן זיך אָפּגעטוהן אין אַלע דורות אין מצב פון די שחיטות. דער קלויזנבורגער רבי האָט געוואוסט וועגן צענדליגער שחיטה ספרים וואָס ברענגען אַראָפּ אַלע מיני מעשיות, וואָס מיר איז דאָס מערסטע דערפון געווען באַקאַנט.
און אַזוי האָב איך דערציילט דעם רבי'ן פאַרשידענע מעשיות. ער איז מיט גאָרנישט געווען הינטערשטעליג, און האָט אונז געזאָגט, אַז ער שרייט שוין 30 יאָר אַז מען עסט זיך אָן אין אַמעריקע מיט נבילות וטריפות. אויך האָט ער צוגעלייגט אַז אין דער אַלטער היים אין קלויזנבורג פלעגט ער לויפן צו די שחיטה דריי מאָל אַ טאָג, ווייל ער האָט געציטערט ווער ווייסט וואָס די שוחטים טוען ווען ער איז נישט דאָרט. אויך האָט ער צוגעלייגט, אַז דער הייליגער חתם סופר פלעגט דאָס זעלבע טוהן, ווי ער שרייבט אין די תשובה (יו"ד סימן י"ח) אַז ער פלעגט גיין עטליכע מאָל אַ טאָג צו די שחיטה, און כל שכן ווי מיר דאַרפן זיין געוואָרנט, ווייל דער בעל דבר איז עלטער געוואָרן, און ער ווייסט שוין מער פּאַטענטן ווי אַזוי צו מאכיל טריפות זיין אין האָלסעיל.
דער קלויזנבורגער רבי האָט אונז געזאָגט: איך וועל אייך דערציילן אַ מעשה וואָס איך האָב אליין בייגעוואוינט אין דער שטאָט בערלין.
ומעשה שהיה כך היה:
עס איז געווען אַ איד וואָס האָט געהייסן מאָניש דער שוחט. דער מאָניש איז געווען אַ איד אַ גרויסער ירא שמים, ער איז געווען דער איינציגער וואָס האָט געהאַט קבלה אויף שחיטות פון הייליגן גאָרליצער זיידן זי"ע. דער רבי האָט צוגעלייגט, אַז אויב דער זיידע האָט איינעם געגעבן קבלה אויף שחיטה, וואָס דאָס איז געווען די ערשטע און די לעצטע קבלה וואָס ער האָט געגעבן אין זיין גאַנץ לעבן, קען מען זיך שוין פאָרשטעלן ווי אַזוי דער שוחט האָט געמוזט אויסזען.
מאָניש דער שוחט איז געווען דער שוחט פון גאָרליצער רב זי"ע, און אויב דער גאָרליצער רב האָט געגעסן פון זיין שחיטה, האָבן שוין אַלע צאַנזער חסידים מדקדק געווען צו עסן בלויז פון זיין שחיטה.
ויהי היום: עס האָבן געוואוינט אין דער שטאָט בערלין אַ סאַך צאַנזער חסידים, און זיי האָבן נישט געוואָלט עסן נאָר פון דעם שוחט ר' מאניש. עס איז אָבער געווען זייער שווער ביז זיי האָבן באַקומען די פליישן, און וואו צו האַלטן. עס זענען דעמאָלט נישט געווען די באַקוועמליכקייטן פון פריזערס ווי היינט. האָבן די גאָרליצער חסידים אַלץ געפּלאַנט ווי אַזוי צו ברענגען דעם שוחט מאָניש קיין בערלין.
האָט דער אויבערשטער געהאָלפן אַז איין שוחט האָט (צוליב געזונטהייט) אויפגעגעבן די שחיטה אין די שטאָט בערלין, און די חסידים האָבן אָנגעטראָגן פאַר דעם שלאַכט הויז אַז אַזוי ווי זיי האָבן גאָר אַ חשוב'ן שוחט, און אויב מען וועט האָבן דעם דאָזיגן שוחט וועט מען מיט זיין נאָמען קענען פאַרקויפן פלייש איבעראל, ווייל זיין נאָמען איז איבעראל באַוואוסט.
דער בעל הבית האָט באַלד מסכים געווען, און מען האָט שוין באַשטעלט מאָניש'ן.
דער שוחט איז אָנגעקומען, און מען האָט באַלד גערופן אַן אסיפה מיט'ן בעל הבית. דער בעל הבית האָט אים באַלד געפירט אין שלאַכט-הויז, ער זאָל זען די שחיטה.
די שחיטה איז געווען אין זייער אַ ריזיגן פאַרנעם. מען האָט דעליווערט סחורה מיט וואַגאָנען איבעראל. דער שוחט האָט באַלד געזען אַז די שחיטה איז צו שנעל, האָט ער געזאָגט אַז ער קען נאָר שעכטן אַזוי ווי אין זיין שטאָט. דער בעל הבית האָט באַלד מסכים געווען. נאָך דעם האָט מאָניש געהאַט טענות, אַז אַזוי ווי דעמאָלט איז אַרויס אַ געזעץ אַז מען זאָל אויפבלאָזן די לונג (ריאה) מיט אַ מאַשין צוליב קראַנקהייטן און אים איז דאָס נישט געפאָלן, ווייל מיט אַ מאַשין קען מען אַ סאַך מאָל אויפבלאָזן צו שטאַרק. דער בעל הבית האָט אים דאָס אויך נאָכגעגעבן (כאָטש די דאָקטוירים האָבן נישט מסכים געווען דערצו), און מען האָט אים צוגעזאָגט אַ שיינע פּרנסה, און אַזוי האָט דער שוחט ר' מאָניש אָנגענומען די שחיטה.
דער שוחט ר' מאניש האָט געדארפט אָנפאַנגען שעכטן דינסטיג אינדערפרי 7 אזייגער, יום שנכפּל בו כי טוב.
עס קומט דינסטיג פרי 7 אזייגער, דער שוחט איז נישט דאָ! עס ווערט 8 אַזייגער, דער שוחט איז נישט דאָ! עס ווערט 9 אזייגער, דער שוחט איז נאָך אלץ נישט דאָ! און דאָ שטייען הונדערטער גוים ארבעטערס וואָס ווארטן אויפן שוחט ער זאָל שעכטן, אָבער ער קומט נישט אָן.
דער בעל הבית איז געקומען צו פאָרן צום שוחט זען וואָס דאָ איז געשען. ער האָט געמיינט אַז דער שוחט איז פאַרשלאָפן, אָבער עפּעס האָט פּאַסירט.
דער בעל הבית קומט אַריין צום שוחט מיט אַ וויי-געשריי!!! היתכן? אַלע אַרבעטער ווארטן און ווי קען מען אויפהאלטן אזא ריזיגע פאבריק וואו עס ארבעטן הונדערטער מענטשן?
דער שוחט רופט זיך אָן צום בעל הבית, טייערער בעל הבית, איר ווייסט נישט וואָס עס האָט מיר פּאַסירט. איך שטיי אויף אינדערפרי פונעם שלאָף און די רעכטע האַנט איז מיר גענצליך געשטאָרבן ל"ע, ממש געלעמט. איך פיל נישט גארנישט אין די האנט, איך ווייס נישט וואָס דאָס איז.
דער בעל הבית איז באלד געפאָרן מיט ר' מאניש דעם שוחט צום גרויסן שפּיטאָל אין יענע געגנט, און מען האָט גענומען די גרעסטע דאקטוירים. מען האָט אויך באשטעלט פון איבעראל די בעסטע דאקטורים. געלט האָט נישט געשפּילט קיין ראָלע, און די דאקטוירים האבן באלד מחליט געווען, אַז זיין קערפּער פאנגט אן צו פוילן, און מען מוז באלד אָפּשניידן די גאַנצע האַנט, ווייל אויב נישט וועט דער גאנצער קערפּער אָפּפוילן ל"ע.
דער שוחט ר' מאָניש פאַרעקשנ'ט זיך און וויל בכלל נישט פאָלגן די דאקטוירים. ער זאָגט אַז ער האָפט אַז עס וועט זיך מיט השי"ת'ס הילף אויסהיילן. אַזוי איז ר' מאניש געזעסן אין האָספּיטאַל דריי וואָכן. די גאנצע שטאט איז אים געגאנגען מבקר חולה זיין, ביז מען האָט אים נישט געקענט גארנישט העלפן, און ר' מאָניש איז אַהיים געגאַנגען.
די גאנצע געגנט איז יעדן טאג געגאנגען צו ר' מאניש דעם שוחט מבקר חולה זיין. ר' מאניש איז געווען זייער צוגעלייגט צוליב די האנט, אָבער ער האָט דאָס נישט ארויסגעוויזן פאַר די מענטשן, ער האָט זייער שיין מקבל פּנים געווען אלע מענטשן, אלע קינדער פון די געגנט זענען אים אויך געגאנגען כסדר מבקר חולה זיין. אַזוי זענען אדורך אַ פּאָר וואָכן.
אין אַ שיינעם דינסטאָג צופרי שטייט אויף ר' מאניש און די האַנט איז געזונט געוואָרן. דער עולם פרעגט אים, וואָס איז געשען? דערציילט ר' מאָניש די פאָלגנדע זאַך: אינמיטן די נאַכט פון יענעם דינסטאָג איידער ער האָט געדאַרפט אָנפאַנגען צו שעכטן איז זיין רבי, ר' ברוך גאָרליצער, געקומען צו אים אין חלום און האָט אים געפרעגט:
"מאָניש! דו האָסט אָנגענומען צו זיין שוחט אין בערלין???!"
האָט ר' מאָניש געענטפערט: "יאָ, רבי. איך האָב אָנגענומען די שחיטה, אָבער איך האָב זיך אויסגענומען די און די פּרטים און תקנות ווי אַזוי איך וועל שעכטן!!!".
דער הייליגער גאָרליצער רבי זי"ע פרעגט אים ווייטער: "מאָניש, דו ווייסט אַז אפילו אויב דו וועסט שעכטן אַזוי ווי דו ווילסט, וועט אָבער דער בעל הבית פאַרקויפן גאַנצע וואַגאָנען מיט פלייש וואָס דו האָסט קיינמאָל נישט געשאָכטן?!" און דער גאָרליצער רבי גיט אים, ר' מאָנישן, די האַנט, און מאָניש כאַפּט זיך אויף, די האַנט איז טויט ל"ע.
איצט האָט מאָניש ווייטער דערציילט:
"היינט, אינמיטן די נאַכט, קומט נאָך אַמאָל דער הייליגער גאָרליצער רב צו מיר אין חלום און פרעגט מיך: "מאָניש, דו וועסט נאָך זיין שוחט אין בערלין???". האָב איך זיך אָנגערופן צום רבי'ן: "רבי, איך וועל מער נישט אָננעמען דעם פּאָסטן. רבי, איך האָב נישט געוואוסט אַז איך טו אַ פעלער", און איך האָב אָנגעפאַנגען צו וויינען פאַר'ן רבי'ן ער זאָל זען מיין האַנט זאָל אויסגעהיילט ווערן פון די לעמונג ל"ע".
דער רבי האָט אים נאָך אַמאָל געפרעגט: "מאָניש, דו וועסט מער נישט זיין קיין שוחט אין בערלין???". רופט זיך נאָך אַמאָל אָן דער שוחט: "ניין, איך וועל מער נישט זיין קיין שוחט".
דער גאָרליצער רב גיט אים די האַנט: "אויב אַזוי, זיי מיר געזונט".
דער שוחט האָט זיך אויפגעוועקט, די האַנט איז ב"ה אינגאַנצן געזונט.
דער קלויזענבורגער רבי רופט זיך אָן: זעט איר, טייערע קינדערלעך, דאָס איז געווען אין מיין צייט, איך האב געזען דעם שוחט מיט די געלעמטע האַנט, און דערנאָך מיט די געזונטע האַנט, און עס זענען נאָך היינט דאָ אַ סאַך אידן וואָס לעבן נאָך און האָבן בייגעוואוינט מיט אים אין איין הויף און געדענקען נאָך גוט די מעשה.
אָבער וואו נעמט מען היינט אזעלכע רבי'ס, וואָס עס איז שוין געווען אַ סאַך יאָרן נאָך זיין פּטירה און פונדעסטוועגען האָט ער געהאַט אַ כח אַראָפּצוקומען אויף די וועלט און אכטונג געבן אַז אַ שוחט וואָס האָט זיין קבלה זאָל ח"ו נישט גורם זיין צו מאכיל טריפות זיין פאַר אַ ציבור אידן?
דער קלויזענבורגער רבי האָט מסיים געווען, איך שריי שוין 30 יאר אַז אידן אין אמעריקע עסן אידן זיך אָן מיט נבילות וטריפות. השי"ת זאָל זיך שוין מרחם זיין, דער גואל צדק זאָל שוין קומען, אמן.
המשך בעמוד הבא...