שחיטה דף הראשי -
SHCHITA HOME PAGE
KOSHER SLAUGHTER
משמרת השחיטה העולמי
שעל ידי ועד הכשרות
העולמי
נתייסד על ידי ועד הרבנים העולמי
Mismeres HaShechita International
A
Port Of The
Vaad Hakashrus
International
Founded By The
Vaad Harabonim
International
כאן תמצא בעז"ה כל הספרים וענינים על עניני שחיטה
דף 114 PAGE
משמרת השחיטה העולמי - Mismeres HaShechita International
תלחץ בכל מספר ותגיע לשער השמים
502 PAGES -
502 gimatria BASA"R
1
2
3
4
5
6
7
8
9
10
11
12
13
14
15
16
17
18
19
20
21
22
23
24
25
26
27
28
29
30
31
32
33
34
35
36
37
38
39
40
41
42
43
44
45
46
47
48
49
50
51
52
53
54
55
56
57
58
59
60
61
62
63
64
65
66
67
68
69
70
71
72
73
74
75
76
77
78
79
80
81
82
83
84
85
86
87
88
89
90
91
92
93
94
95
96
97
98
99
100
101
102
103
104
105
106
107
108
109
110
111
112
113
114
115
116
117
118
119
120
121
122
123
124
125
126
127
128
129
130
131
132
133
134
135
136
137
138
139
140
141
142
143
144
145
146
147
148
149
150
151
152
152
153
154
155
156
157
158
159
160
161
162
163
164
165
166
167
168
169
170
171
172
173
174
175
176
177
178
179
180
181
182
183
184
185
186
187
188
189
190
191
192
193
194
195
196
197
198
199
200
201
202
203
204
205
206
207
208
209
210
211
212
213
214
215
216
217
218
219
220
221
222
223
224
225
226
227
228
229
230
231
232
234
235
236
237
238
239
240
241
242
243
244
245
246
247
248
249
250
251
252
253
254
255
256
257
258
259
260
261
262
263
264
265
266
267
268
269
270
271
272
273
274
275
276
277
278
279
280
281
282
283
284
285
286
287
289
290
291
292
293
294
295
296
297
298
299
300
301
302
303
304
305
306
307
308
309
310
311
312
313
314
315
316
317
318
319
320
321
322
323
324
325
326
327
328
329
330
331
332
333
334
335
336
337
338
339
340
341
342
343
344
345
346
347
348
349
350
351
352
353
354
355
356
357
358
359
360
361
362
363
364
365
366
367
368
369
370
371
372
373
374
375
376
377
378
379
380
381
382
383
384
385
386
387
388
389
390
391
392
393
394
395
396
397
398
399
400
401
402
403
404
405
406
407
408
409
410
411
412
413
414
415
416
417
418
419
420
421
422
423
424
425
426
427
428
429
430
431
432
433
434
435
436
437
438
439
440
441
442
443
444
445
446
447
448
449
450
451
452
453
454
455
456
457
458
459
460
461
462
463
464
465
466
467
468
469
470
471
472
473
474
475
476
477
478
479
480
481
482
483
484
485
486
487
488
489
490
491
492
493
494
495
496
497
498
499
500
501
502
אוצר
היהדות העולמי
OTZER HYAHADUS HOILUMI
מאגר ספרי
שחיטה העולמי
The World
Shechita
Library
שחיטה אנציקלופדיה - Shechita Encyclopedia
The Laws of Shechita
מיסודו של הגה"צ רבי שלום יהודה גראס, כ"ק מרן אדמו"ר מהאלמין שליט"א
Rabbi Sholom Yehuda Gross, the head of the Rabbinical court of Holmin
לקבלת ""קובץ ספרי שחיטה המובהקים" 16 כרכים בחינם: - לרבנים, מנקרים, שוחטים, בודקים, ומנקרים, וכוללים,
נא להתקשר למנהל "חברה מזכי הרבים
העולמי" הרב אברהם ווייס, בבית המדרש "עטרת ישעיה" האלמין
רחוב נחל לכיש 24/8
- רמת בית
שמש ארץ ישראל
011 972 548 436 784
קונטרס
כרוזים, מודעות ואזהרות
בענין אכילת בשר-בהמה
*
הוצאתי לאור עולם בחמלת ה' עלי
שלום יהודה גראס
אבדק"ק האלמין יצ"ו
*
אדר שנת תשנ"ח לפ"ק
קונטרס
מודעות ואזהרות
בענין אכילת בשר-בהמה
מודעה א'
בית דין צדק דקהל האלמין פאַר די הונדערטער אָנפרעגער
מיר זענען נישט בכח אָנצורופן אָדער צוריק-צו-שרייבן פאַר די אַלע אנפרעגער וואס האבן זיך לעצטנס אינטערעסירט וואָס איז געווארן דער סוף פון דעם שוחט בהמות וועלכן מען האט געכאפט יעצט סוף ווינטער מען זאָל אים נישט קענען באזייטיגן. אַזוי ארום איז געווארען אַ מיש-מאש פון נבילות מיט כשר'ס, די מעשה האט אויפגערודערט די שוין סייווי פארצווייפלטע וועלט וועגען דעם כשרות מצב ביי בהמה פלייש — און עס איז אנטשטאנען אַ שטורעם אַזוי אַז היינט צו טאג איז שווער — און באמת שווער — צו טרעפען אַ ערליכע היימישע שטוב וואָס נוצט נאך בהמה-פלייש — הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו.
צענדליגע פראַגן זענען געפרעגט געוואָרן, דעריבער זענען מיר געצוואונגען אָפּצוענטפערן אין דרוק און מפרסם זיין ברבים אַ כללות'דיקן ענטפער פאַרן ברייטן ציבור צו אַלע פאַראינטערעסירטע, און יעדער זאָל געפינען די פאסיגע אנטווארט וואָס ער וואָלט געוואָלט וויסן.
א. פראַגע: ווען די מעשה האָט פּאַסירט, האָט מען כאָטש אַרויסגעוואָרפן אַלע פליישן פון יענעם טאָג?
ענטפער: אַזוי האט די גאס געשמועסט, אבער להלכה איז זייער שווער זיך צו פארלאזן אויף דעם ווייל עס איז נישט געווען קיין ספעציעלער שליח מיוחד פון רב המכשיר צו זעען אויב עס ווערט דורכגעפירט זיין באפעל, און כידוע האט גאנץ קרית יואל מיט 95% וויליאמסבורג יענע וואך נישט געגעסן קיין בהמה פלייש.
2. פראגע: איז דאָס געווען אַ נייער שוחט אַ לא-יוצלח'ניק, אדער נישט?
ענטפער: ליידער אַ שוחט וואָס שעכט שוין פון סאַמע אָנהויב העכער 30 יאר און איז געווען דער ''ראש השוחטים'' יארן לאנג דער פאקטישער ווארט-זאגער אין אלעם וואָס געהערט צו שחיטות ובדיקות, צ.ב.ש. וויפיל שוחטים מען דארף, וויפיל בודקים, ווי שנעל מעג מען שחט'ן און בודק זיין.
3. פראגע: ווי אַזוי קען זיין, אַז די שוחטים ובודקים האבן געוואוסט און געמאכט אַ שווייג.
ענטפער: לויט ווי די שוחטים גיבען איבער פלעגט דער ראש השוחטים ווארפן אַ מורא-דיגן טעראר, אַז מען האט געציטערט אימת מות צו עפענען אַ מויל. עטליכע מאל האָבן זיי פראבירט צו רעדן מיטן רב המכשיר, ווען דער רב האט פרובירט איינטענה'ן מיטן ראש השוחטים אַז די שוחטים רעדן זיך אפ, האט ער אריבערגערופען דעם רב אין שלאכט-הויז און אויסגעשורה'ט די שוחטים שרייענדיג: ווער האט אַ באקלאג אויף די שחיטה זאָל זאגן. די שוחטים זעהנדיג וואָס דאָ גייט פאר זענען געבליבן פארשטומט.
4. פראגע: ווי אַזוי קענען שוחטים זיצען אויף אזא פלאץ יארן און שווייגען?
ענטפער: ערשטנס האבן מיר זיך אינטערעסירט און במשך די יארן זענען שוין א סאך שוחטים ובודקים אוועק פון דער שחיטה, און אסאך פארצייטישע פון דער אלטער היים האבן נישט געוואלט אפילו אנהויבן שחט'ן.
דאָ האט איר עטליכע לשונות פון שוחטים וואָס מיר האָבן אליין געהערט פון זיי: 1. "ליידער דער נסיון הפרנסה איז זייער גרויס". 2. ''איך וואלט שוין לאנג אוועק נאר איך האב מורא פון טעראר". 3. ''גלויב מיר אינעווייניג וויינט מיין נשמה יעדן טאג''. 4. ''איך האב נישט קיין חרטה אויף יענע בהמה וואס איך האב נישט געשחט'ן''. 5. "מיינע קינדער וועל איך בשום אופן נישט לאָזן זיין קיין שוחטים". 6. "אשרי חלקם פון די וואָס אַרבעטן נישט ביי שחיטה".
5. פראגע: נו ווי אַזוי קען דאָס הייסן ''ירא שמים מרבים" וואָס אַ שוחט און בודק דארפן האבן?
ענטפער: מיר וועלן פרעגן אַ גרעסערע קשיא: ווי אַזוי קענען שוחטים וואס היטן זיך נישט די אויגן בפרט זומער, און היטן נישט דאָס מויל פון פאליטיק, לשון הרע, קללות, און ברענגען אום די פרייע צייט מיט פאליטיק (מען זעהט זיי נישט ביי אַ ספר קיינמאל), זייער דאווענען איז פיל ווינציגער ווי אַ פּויער אין דער היים, זייער אפגעהיטנקייט אין שטוב מיט כשרות איז שוואך — דאך ווערן זיי אנגערופן ''ירא שמים מרבים''.
6. פראגע: אלא מאי ווי אזוי גייט דאָס?
ענטפער: אלעס גייט לויטן קאפ. די מכשירים זענען נישט צו קלויבעריש ביים קלייבן אַ שוחט, אדער ווייל עס איז אַ מאנגל אין ערליכע שוחטים, אדער ווייל די מכשירים זענען אליין נישט גענוג ווארעם און אויסגעהאלטן אין די זאכן וואס אפילו אַ שוחט דארף זיין אפגעהיטן.
קלארער צו פארשטיין דאָס ענין:
אמאליגע צייטען איז דער רב פון שטעטעל געווען אַ אויסנאם איד מיט תורה, פקחות און יראת שמים. דאָס יראת שמים האט אראפגעשיינט פון געזיכט און אנטלאפען פון רבנות נאר געוואלט זיצען אין אַ ווינקעל און דינען דעם אויבערשטען. אט די אידען האט מען פון הימעל געצוואונגען צו ווערן רועי ישראל ומנהיגי העדה. זיי האָבען געברענט קעגען יעדע עוולה ופירצה, גוזר געווען גדרים, מתקן געווען תקנות און געהאלטען דעם עולם אין די ראמען.
ווען עס איז געקומען אויפצונעמען אַ שוחט האָבען זיך געמאלדען 40-50 קאנדידאטן. פון די האט דער רב מיט די קהלה אויסגעקליבען דעם שענסטען און בעסטען אידען וואָס איז געווען אריינגעטוהן אין תורה מיט תפלה. האַרציגע איידעלע אידען מיט א איידעלע שפראך און אפגעהיטענע אויגען מיטן מויל, די זענען געווארען די שוחטים. אויב מען האט געכאפט, אַז דער איד פארפעלט אַ מקוה אדער אפילו מזלזל אין אַ קליינעם מנהג ישראל, כ''ש אויב ער האט געשפעטיגט אמאל תפלה בצבור אדער פאליטיזירט אין מקוה אדער אנדערשוואו, איז דאָס שטעטל געגאנגען אויף רעדער. דער תמימות'דיגער כלל ישראל, אפילו פשוט'ע אידען, האָבען געשריגען, אַז דאָס פלייש פון אזא שוחט איז זיכער מטמטם דעם מוח.
דער שוחט האט געהאט הונדערטער אויגען נאכפאלגענדיג אים אויף טריט און שריט. אויב ער איז געזעסן ביי א נאכטמאל און געהערט זינגען דעם גראמאפאן (אַזוי ווי היינט אַ "טעיפ-רעקאָרדער") און דער שכן האט דאָס באמערקט, איז די שטאט געגעאנגען כאדאראם. אַ שוחט האט מען געוואוסט איז אַ איד צום לערנען און דאווענען דורכגעווייקט מיט יראת שמים און איידעלקייט.
מיט דעם צוזאם האט דער רב זיך נישט פארלאזט אויף אים. נאר געשטעלט אַ ערליכען משגיח וואָס זאָל בודק זיין די חלפים, און זאָל אבזערווירען די שחיטה ובדיקה. דערצו פלעגט דער רב אריבערקומען פלוצלינג אין שלאכט-הויז און זעהן וואָס טוט זיך. נאכדעם האט ער פארלאנגט דער שוחט זאָל אים ווייזען דעם חלף כאטש איינמאל אַ חודש.
מיר זאגען אפען, הלואי זאָל די יראת שמים מיט איידעלקייט פון אַ היינטיגען רב זיין לכל הפחות ווי אמאל אַ משגיח!!!
לאמיר זעהן וואם טוט זיך היינט; ווי אַזוי זעהט אויס די אויגען, דאָס מויל, די אויערן, דאָס עניוות, דאס אנטלויפען פון פרסום און כבוד (וואָס ברענגט אלע צרות מיט פאליטיק), דאָס דאווענען, דאָס לערנען יומם ולילה, דאָס איידעלקייט, די שיינענדיגע יראת שמים פנימ'ער, דאָס פקחות, דעם פחד פאר אַ נדנוד חטא, דער שרעק אויב אידען עסן וואס מען טאר נישט — פון די היינטיגע רבנים מכשירים??? איז ווי אַזוי קען מען ערווארטען דעם מורא'דיגן ברען ביים אויסקלייבען אַ שוחט. און אפילו דער רב זאָל וועלן זיין קלויבעריש, איז ער דאך מיט זיין פרנסה אין די הענט פון קצב און דער קצב שרייט: עס איז אַ מאנגעל אין שוחטים, נעם אויף שוחטים ווייל די ביזנעס גייט באנקראט!!!
צו דעם קומט נאך צו לשבחם פון די היינטיגע ערליכע יונגעלייט, אַז הערנדיג און פארשטייענדיג דעם הלוך ילך פון מצב השחיטה, היינו ווי אַזוי דער גאנצער חד גדיא פון אונטען ארויף — זאלצער, מנקר, בודק, שוחט, משגיח, מכשיר — ווערט אלעס אנגענומען אויף איין גרויסען צויבער-ראד וועלכעס ליגט ביים קצב אין די הענט און ער דרייט דאָס ארום מיט אַ גאלדענעם הענטעל (גאלד — געלט — געלט — גאלד), אנטלויפען זיי פון די פרנסות און זוכען זיך בעסערע גליקען. וואָס פעלט אים אויס אַז מען זאָל אים אין ביהמ''ד אראפקוקען אַזוי ווי מען קוקט היינט אויף אַ סאך בהמה שוחטים.
דערצו האָט ער דעם מצב פון הייליגען דברי חיים'ס (צאנזער רב'ס) ווערטער, אַז שחיטה דרייט אויס דעם גאנצען מענטש פון ערליכקייט צו קלות, און די מורא'דיגע אחריות פון פיטערן טויזענטער אידען טאג טעגליך מיט פלייש. דעריבער אנטלויפט מען דערפון ווי פון אַ לייב, און בלייבען בלויז די שוחטים קאנדידאטען שוואכע עלעמענטען.
נאכדעם איז דאך היינט באנקראט דאָס ענין פון השגחה (זעה דאָס ארטיקעל ''ווי אַזוי האט אַ משגיח אויס געזעהן''). די משגיחים באקומען געהאלט פון קצב — זיי זענען געהעריגע ארבעטער — שוואכע עלעמענטען — פארשטייען צום שלאכט-הויז ווי דער האן צו בני אדם — אפילו ווען זיי טרעפן עפעס איז נישטא צו וועמען צו רעדן, — עס איז נישטא קיין קאנטראל וואָס געשעהט ווייטער.
קורץ און קלאָר: אַמאָל האָבן די שטאָט-לייט ערליכע אידן אויפגענומען אַ רב וואָס זאָל פירן די שטאָט בדרך התורה והיראה און מתקן זיין אַלע פּראָבלעמען און אַכטונג געבן אויף כשרות פון עסן, מקוה און עירובין.
אַמאָל איז דער רב המכשיר געווען אַ צדיק, געטוהן זיין פליכט באמונה — נישט באקומען געהאלט פאר השגחה — געזוכט אַ שוחט ת''ח ירא שמים מצוין — געשטעלט ערליכע פארלעסליכע משגיחים (וואָס די היינטיגע רבנים קענען זיך פארשטעקן פון זייער איידעלקייט מיט מורא פון אן עבירה) — און אליינס געגאנגען אין שלאכט-הויז פלוצלינג זייער אפט (און אויב ער האט געזעהן אַז דער שוחט טוט א פעלער, האט ער באלד מתקן געווען דעם מכשול).
קען זיך אַ איד אשר בשם ישראל יכונה אריינעמען אין שטוב אַ שטיקעל בהמה פלייש???
פראגע: וואָס איז געווארען דער סוף מיט'ן מאכיל-נבילות-שוחט?
ענטפער: נאך אלע גביית עדות, ווען אלעס איז געווען קלאר, האָט דער רב המכשיר אים מעביר געווען, אָבער באַלד איז געקומען אַ שטרענגער ''באפעל פון אויבען'', אַז מען טאר אים נישט מעביר זיין (טייל זאגען אַז ער איז אַ שותף אויף פראצענטן). איז ער געווארען אַ בודק חוץ.
פראגע: איז דאָס גלאטיג צו עסן פלייש פון אזא בודק?
ענטפער: די זאך גייט נאך טיפער און נאך אזא געשעהניש צו וועלכע ס'רוב שוחטים זענען געווען דערביי און זענען לעבעדיגע עדות, קען זיך דער רב המכשיר נישט אן עצה געבן. און כאטש ס'איז קעגן אלע פוסקים צו לאזען אזא שוחט אנגיין מיט די ארעבט. גייט ער ווייטער אן מיט דער ארבעט און דער רב המכשיר איז ווייטער מכשיר. וויפיל ווערט קען שוין האבען אזא הכשר?? אַ צווייטן מאָל וועט ער שוין בכלל זיך נישט זוכן קיין בויך-ווייטאג און אום-כבוד.
דאס האָבען מיר פריער געמיינט אַז דער היינטיגער רב המכשיר קען זיך פארשטעקען מיט זיין יראת שמים פאר אַ פשוט'ען תמימות'דיגען איד אין דער אלטער היים!!!
ווי עס הייסט, האָבן די "אָ-יו"-מכשירים זיך אַריינגעמישט, אַז זיי וועלן נישט קויפן פלייש פון דער שלאַכט-הויז אַזוי לאַנג ווי עס אַרבעט דאָרט דער מאכיל-טריפות. פאַר דעם האָט זיך שוין וויינשטאָק דערשראָקן. עס איז נאָך נישט קלאָר, וואָס עס וועט זיין די מסקנא, נאָר פון דער ביטערער פּראַקטיש זענען מיר דערפאַרן, אַז עס איז נישט אכשר דרא, און די אַנשי מאכילי נבילות וטריפות קצבים, שותפיהם של עמלק וועלן זיגן מיטן חותם המלך בראשינו.
המשך בעמוד הבא...