שחיטה דף הראשי -
SHCHITA HOME PAGE
KOSHER SLAUGHTER
משמרת השחיטה העולמי
שעל ידי ועד הכשרות
העולמי
נתייסד על ידי ועד הרבנים העולמי
Mismeres HaShechita International
A
Port Of The
Vaad Hakashrus
International
Founded By The
Vaad Harabonim
International
כאן תמצא בעז"ה כל הספרים וענינים על עניני שחיטה
דף 145 PAGE
משמרת השחיטה העולמי - Mismeres HaShechita International
תלחץ בכל מספר ותגיע לשער השמים
502 PAGES -
502 gimatria BASA"R
1
2
3
4
5
6
7
8
9
10
11
12
13
14
15
16
17
18
19
20
21
22
23
24
25
26
27
28
29
30
31
32
33
34
35
36
37
38
39
40
41
42
43
44
45
46
47
48
49
50
51
52
53
54
55
56
57
58
59
60
61
62
63
64
65
66
67
68
69
70
71
72
73
74
75
76
77
78
79
80
81
82
83
84
85
86
87
88
89
90
91
92
93
94
95
96
97
98
99
100
101
102
103
104
105
106
107
108
109
110
111
112
113
114
115
116
117
118
119
120
121
122
123
124
125
126
127
128
129
130
131
132
133
134
135
136
137
138
139
140
141
142
143
144
145
146
147
148
149
150
151
152
152
153
154
155
156
157
158
159
160
161
162
163
164
165
166
167
168
169
170
171
172
173
174
175
176
177
178
179
180
181
182
183
184
185
186
187
188
189
190
191
192
193
194
195
196
197
198
199
200
201
202
203
204
205
206
207
208
209
210
211
212
213
214
215
216
217
218
219
220
221
222
223
224
225
226
227
228
229
230
231
232
234
235
236
237
238
239
240
241
242
243
244
245
246
247
248
249
250
251
252
253
254
255
256
257
258
259
260
261
262
263
264
265
266
267
268
269
270
271
272
273
274
275
276
277
278
279
280
281
282
283
284
285
286
287
289
290
291
292
293
294
295
296
297
298
299
300
301
302
303
304
305
306
307
308
309
310
311
312
313
314
315
316
317
318
319
320
321
322
323
324
325
326
327
328
329
330
331
332
333
334
335
336
337
338
339
340
341
342
343
344
345
346
347
348
349
350
351
352
353
354
355
356
357
358
359
360
361
362
363
364
365
366
367
368
369
370
371
372
373
374
375
376
377
378
379
380
381
382
383
384
385
386
387
388
389
390
391
392
393
394
395
396
397
398
399
400
401
402
403
404
405
406
407
408
409
410
411
412
413
414
415
416
417
418
419
420
421
422
423
424
425
426
427
428
429
430
431
432
433
434
435
436
437
438
439
440
441
442
443
444
445
446
447
448
449
450
451
452
453
454
455
456
457
458
459
460
461
462
463
464
465
466
467
468
469
470
471
472
473
474
475
476
477
478
479
480
481
482
483
484
485
486
487
488
489
490
491
492
493
494
495
496
497
498
499
500
501
502
אוצר
היהדות העולמי
OTZER HYAHADUS HOILUMI
מאגר ספרי
שחיטה העולמי
The World
Shechita
Library
שחיטה אנציקלופדיה - Shechita Encyclopedia
The Laws of Shechita
מיסודו של הגה"צ רבי שלום יהודה גראס, כ"ק מרן אדמו"ר מהאלמין שליט"א
Rabbi Sholom Yehuda Gross, the head of the Rabbinical court of Holmin
לקבלת ""קובץ ספרי שחיטה המובהקים" 16 כרכים בחינם: - לרבנים, מנקרים, שוחטים, בודקים, ומנקרים, וכוללים,
נא להתקשר למנהל "חברה מזכי הרבים
העולמי" הרב אברהם ווייס, בבית המדרש "עטרת ישעיה" האלמין
רחוב נחל לכיש 24/8
- רמת בית
שמש ארץ ישראל
011 972 548 436 784
המשך מעמוד הקודם...
מכתב נז
קו"ק שיצא לאור ע"י הביד"צ של קהילת קלויזנבורג, וכ"ק האדמו"ר מקלויזנבורג זצ"ל חתם ג"כ ע"ז (ומעוניין מאוד שכפי הנראה הרי היא החתימה היחידה שחותם עצמו בחתימה "יקותיאל יהודה מרודניק", וז"ל הקול קורא:
ב"ה
קהל יסודי התורה שה"פ קלויזענבורג
בהוראת הבד"צ לאפרושי מאיסורא באנו לפרסם לרבים המכתבים שנדפסו בחוברת שנשלח לידינו אודות מצב הניקור באמריקע: וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, ועוד. ואזהרה מביד"צ דקהילתנו שלא לאכול בשר עד שיסודרו הדברים בכל.
ב"ה
ביד"צ דקהל יסודי התורה שה"פ קלויזענבורג
למנהלי הקהלה הע"י,
כדי להסיר מכשול הננו בבקשה לפרסם לאנשי קהלתנו המכתבים הנוגעים לענין ניקור חלב החמור ולהזהיר שלא יבואו למכשול ח"ו עד שיסודרו הענינים בכל.
וע"ז באנו על החתום ד' עשי"ת תשמ"ג לפ"ק
אהרן יודע ווילנער - אהרן ווידער
אפרים פישל הערשקאוויץ
*
לחומרת הדבר שרח"ל גורם לטמטום הלב ומקור לכל פירצות הדור רח"ל הוא מאכלות אסורות, חתמתי גם אני שמי להמנות על העומדים על המשמר בדרך אבוה"ק זי"ע ועכ"י.
מקום החתימה
יקותיאל יהודה מרודניק
(כ"ק אדמו"ר [שליט"א] מצאנז-קלויזענבורג)
*
מכתב נח
גביית עדות משוחטים בעיר הבירה לונדון אנגליה
בס"ד, ליל ג' פרשת ויחי לחודש טבת תנש"א לפ"ק
א. מיר, ר' שלום יודא גראָס, ר' ישראל האָכהייזער און ר' ישראל פּנחס שליט"א פעלדמאַן, זיינען געווען ביי הר"ר משה מאיר בריף שו"ב שליט"א, איבערצושמועסן וועגן די עניני שחיטה, די נייע געזעצן וואָס די רעגירונג האָט אַרויסגעגעבן.
ב. א. לגבי הולכה והובאה אז מען מעג נאָר מאַכן איין הולכה והובאה, האָט ער געזאָגט אַז דער געזעץ איז בטל געוואָרן, און דאָס איז אַ געפערלעכער פּראָבלעם, אויב דאָס וואָלט געווען דורכגעגאַנגען, וואָלט מען נישט געטאָרט שעכטן!
ג. ב. לגבי דעם געזעץ פון די וורידין, אויב מען מעג שעכטן די וורידין? האָט ער געזאָגט אַז דאָס איז שוין אַן אַלטע זאַך פון 40 יאָר, אַז מען מוז שעכטן די וורידין. עס איז דאָ כסדר אַן אינספּעקטאָר וואָס קוקט די זאַכן. 1. די געזונטהייט. 2. ריינקייט. 3. צי דער שוחט שעכט די וורידין. 3. אַ סאַך מאָל שטייט דער אינספּעקטאָר און קוקט אויף דעם שוחט, און בשעת דער אינספּעקטאָר קוקט, גיט ער מער אַכטונג צו שעכטן די וורידין, ווייל אויב נישט שרייט דער אינספּעקטאָר, אָבער דער אינספּעקטאָר שטייט נישט דאָרט אַ גאַנצע צייט. ער טוט דאָך אויך אַנדערע זאַכן, ממילא איז דער פּראָבלעם נאָר ווען דער אינספּעקטאָר איז דאָרט.
שאלה ד: האָסטו מער מורא פאַרן רב אָדער פאַרן אינספּעקטאָר?
תשובה: איך האָב פאַר ביידע להבדיל מורא, דאָס מיינט ער שעכט אַנדערש סיי ווען דער רב איז דאָרט, סיי ווען דער אינספּעקטאָר איז דאָרט, אַזוי ווי ביי אַ דרייווינג טעסט. דאָס הייסט איך מאַך מער פּינקטלעך סיי ווען דער רב איז דאָרט, סיי ווען דער אינספּעקטאָר איז דאָרט.
שאלה ה: וויפיל פּראָצענט ווערט געשאָכטן די וורידין?
תשובה: בערך 60% ווערט געשאָכטן די וורידין!
שאלה ו: וויפיל פּראָצענט רירט מען אָן די מפרקת?
תשובה: בערך 20%!
שאלה ז: וויפיל פּראָצענט שעכט מען נישט די וורידין!
תשובה: בערך 20%!
שאלה ח: וויפיל פּראָצענט וועט זיין מער נגיעת מפרקת אויב דער אינספּעקטאָר וועט דאָרט שטיין די גאַנצע צייט?
תשובה: בערך 2% מער נגיעת מפרקת ווי ווען דער אינספּעקטאָר איז נישט דאָ.
שאלה ט: וואָס וועט זיין אויב דער אינספּעקטאָר וועט שטיין די גאַנצע צייט דאָרט?
תשובה: וועט מען אַכטונג געבן מען זאָל יאָ שעכטן די וורידין!
שאלה י: זענען דאָ אַנדערע שוחטים וואָס שעכטן ווייניקער מאָל דורך די וורידין?
תשובה: אַוודאי נישט יעדער שוחט איז דער זעלבער ווי דער אַנדערער שוחט!
שאלה יא: וואָס וועט זיין אויב אַ שוחט וועט נישט קענען אַלעמאָל שעכטן די וורידין?
איר זענט טאַקע אַ מומחה, אָבער דער אַנדערער איז דאָך נישט אַזאַ מומחה ווי איר?
תשובה: וועט מען אים טאַקע מעביר זיין! און אויף דעם וועט דער אינספּעקטאָר אַכטונג געבן!
וע"ז באעה"ח יום הנ"ל, שלום יודא גראָס, ישראל פנחס פעלדמאַן
שאלה יב: איז עפּעס נתחדש געוואָרן יעצט?
תשובה: דער געזעץ פון שעכטן די וורידין איז שוין אַן אַלטער געזעץ. איך האָב דאָ אַ קאָפּיע פון 76', וואו עס שטייט אַז אויב מען וועט נישט שעכטן די וורידין וועט מען צונעמען זיינע לייסענס, אָבער מען האָט נאָך גאָרנישט געטוהן, און מען וועט ווייטער גאָרנישט טוהן.
שאלה יג: אָבער לויט ווי איך האָב געהערט וועט מען דאָך מעביר זיין דעם שוחט אויב ער וועט נישט שעכטן די וורידין, און ער וועט דאַרפן צאָלן קנס, און זיצן דריי חדשים אין תפיסה?
תשובה: .עס איז שקר! עס איז נישט פאַראַן אַזאַ זאַך. עס איז פּונקט ווי אין די לעצטע 40 יאָר. מען וועט קיינעם נישט איינשפּאַרן, קיינער וועט נישט צאָלן קיין קנס. מען וועט נישט מעביר זיין.
שאלה יד: איר זענט מסכים צו שעכטן מיט אַ משגיח פון דעם אינספּעקטאָר?
תשובה: איך וויל דאָס אויך נישט! איך וואָלט אַוודאי צופרידן געווען מען זאָל דאָס מבטל זיין!
שאלה טו: עס וועט דאָך זיין אַ מכשול אויב די אַנדערע שוחטים קענען נישט מכוון זיין צו שעכטן די וורידין?
תשובה: מען וועט זיך מוזן אויסלערנען. אויב ער וועט נישט קענען וועט מען אים מעביר זיין.
וע"ז באעה"ח יום הנ"ל, שלום יודא גראָס...ישראל פּנחס פעלדמאַן
שאלה טז: איך בין אַ שוחט, קענסטו מיר נישט פאַרקויפן קיין באָבע מעשיות. איך האַלט אַז עס וועט זיין מער נגיעת מפרקת ביז כאָטש 80%.
תשובה: ניין, העכסטנס 2% מער ווי נאָרמאַל.
שאלה יז: וויפיל חלפים האָט איר ביי דער שחיטה?
תשובה: 6 חלפים. יעדער שוחט (דאָס מיינט 3 שוחטים) ברענגט 2 חלפים.
שאלה יח: איר האָט אַ בודק סכינים?
תשובה: ניין, איינער שעכט, איינער איז בודק פּנים און איינער איז בודק חוץ!
שאלה יט: אויב איר וועט האָבן נאָך מער נגיעת מפרקת, מיינט דאָס אַז איר וועט דאַרפן האָבן אַ סאַך מער חלפים?
תשובה: מיר האָבן דאָרט נאָך, מען וועט מאַכן נאָך!
שאלה כ: דאָס מיינט איר וועט אַרבעטן נאָך 2 שעה אַ טאָג אויף חלפים? פון וואו וועט איר נעמען חלפים אינמיטן די שחיטה?
תשובה: מען מאַכט נישט קיין חלפים ביי די שחיטה, מען ברענגט אלץ פאַרטיג.
שאלה כא: אויב דו ביסט מודה אַז נישט אַלע וועלן קענען ווי דו, ווי קענסטו נעמען אַן אחריות? דאָס מיינט דאָך אַז אַנדערע וועלן מוזן שעכטן אין מפרקת, ווייל זיי קענען דאָך נישט ווי דו?
תשובה: מען וועט זיי אויסלערנען. מען לערנט זיך יעצט אויך, מען שעכט יעצט אויך ביז צום סוף.
נאום שלום יודא גראָס, ישראל פּנחס פעלדמאַן
שאלה כב: ביזט דאָך מודה אַז מען שעכט ביזן סוף, דאָס מיינט דאָך ביזן מפרקת?
תשובה: ניין, איך מיין פאַרן מפרקת, נאָר אין פלייש אַריין.
שאלה כג: ווי קען מען מכוון זיין אַז עס זאָל גיין אין פלייש און נישט אין מפרקת?
תשובה: מען קען, מען לערנט זיך, מען שעכט שוין לאַנג אַזוי.
שאלה כד: אָבער אַנדערע קענען דאָך נישט מכוון זיין אַזוי ווי איר?
תשובה: אַנדערע שעכטן שוין אויך די וורידין אום אָנגערירט די מפרקת.
שאלה כה: וואָס דאַרפסטו זיין אַ מכשיל הרבים און מסכים זיין אויף אַזעלכע זאַכן וואָס נישט יעדער וועט קענען מיטהאַלטן, און אויטאָמאַטיש געצוואונגענערהייט נישט צו פאַרלירן די פּרנסה וועלן זיי מוזן שעכטן אין מפרקת? עס וועט דאָך פּגום ווערן דער חליף?
תשובה: אויב מען וועט אָנרירן די מפרקת וועט מען טריפה מאַכן. מען מאַכט יעדן טאָג טריפה אַזוי אויך, און אַ סאַך מאָל דערשעכט מען נישט די סימנים, און ווען די גויים האַלטן נישט גוט קומען פאָר גרויסע שאלות. עס ווערן טריפה בהמות, עס ווענדט זיך וועלכע גויים עס האַלטן, גוטע אָדער שלעכטע.
שאלה כו: ווי קענסטו נעמען אויף דיר די אחריות פאַר גאַנץ לאָנדאָן און אייראָפּע, ווי דו ווייסט אַליין אַז עס איז אַ פּראָבלעם ביי אַנדערע שוחטים!
תשובה: איך נעם נישט קיין אחריות. מיר האָבן רבנים, איך מיש זיך נישט. אלץ איז די רבנים גדולים, וואָס זיי פּסק'ענען.
שאלה כז: אָבער די רבנים פאַרלאָזן זיך דאָך נאָר אויף דיר?
תשובה: זיי ווייסן וואָס זיי טוען (זיי זענען גענוג קלוג).
שאלה כח (מוסר): ווי קענסטו נעמען אויף זיך אַזאַ אחריות, דו ווייסט דאָך אַז רוב שוחטים זיינען מאכיל טריפות, ווי מען זעט דער דברי חיים סי' ו' (כ"ו), רנ"א רצה לפסול וכו', תולדות יע"י נשא, בעש"ט הק' זי"ע, וכו'.
תשובה: איך בין נישט מסכים אַז רוב אידן עסן נו"ט.
שאלה כט: וואָס הייסט 5.3 מיליאָן אידן פון דייטשלאַנד (ד"ח), 6.5 מיליאָן אידן פון היטלער ימ"ש (עי' בעלז) דאָס מיינט 10 מיליאָן זענען אויסגעשטאָרבן דורך נו"ט, רמב"ם 70 טויזנט וכו'.
תשובה: די 6 מיליאָן האָט ר' יעק'לע געזאָגט אַז דאָס קומט פון שנאת חנם!
שאלה ל: דער בעלזער רבי זי"ע איז דיר נישט קיין פאַרלעסלעכער, אַז ער האָט געזאָגט, און דער צאַנזער רב זי"ע?
תשובה: אָבער מען קען נישט זאָגן רוב שוחטים, רוב כלל ישראל זאָל עסן נו"ט.
שאלה לא: קלאַפּט דיר באמת די האַרץ ווען דו רירסט אָן די מפרקת?
תשובה: יאָ!
פאַרוואָס?
תשובה: איך דאַרף בודק זיין דעם חליף.
שאלה לב: ביזט מודה, אַז אויב דער חליף ווערט קאַליע נעמסטו אַן אַנדערן חליף? אָבער עס קומט דאָך אַ סאַך פאָר דער פּראָבלעם? דאַרף מען דאָך נעמען אַ סאַך מער חלפים.
תשובה: יאָ, מען נעמט אַנדערע חלפים. עס קומען פאָר כסדר נגיעות מפרקת'ן און מען טוישט, מען נעמט נייע חלפים.
שאלה לג: דאָ ליגט טאַקע דער פּראָבלעם, אַז מען וועט דאַרפן האָבן כסדר נייע חלפים, און וויפיל קען מען בכלל צושטעלן? ממילא וועט מען שעכטן מיט פּגימות אַזוי ווי אין ניו-יאָרק.
די שוחטים זענען בכלל נישט באַגלויבט, ווי דער רשב"א זאָגט אַז שקר בימינם. טראַכט גוט אַריין וואָס דו האָט געטוהן, ווייל הרב פּאַדעווע האָט זיך נאָר אויף דיר פאַרלאָזט. דו נעמסט די אחריות אויפן גאַנצן כלל ישראל אין אייראָפּע. מען איז דאָך עוקר די פינף ה' שחיטה פון דער תורה הקדושה!
תשובה: איך נעם נישט קיין אחריות. אַלץ איז אויף די רבנים'ס אחריות.
שאלה לד: וויפיל בהמות שעכט מען אין איין שעה?
תשובה: 51 בהמות אין איין שעה.
שאלה לה: פאַרוואָס זאָל טאַקע נישט זיין קיין בודק סכינים?
תשובה: עס איז טאַקע אַ וויכטיקע זאַך. עס וואָלט געווען אַ גרויסער תיקון. אָבער עס איז נישט דאָ קיין געלט! אדרבה, אויב דו קענסט מתקן זיין וואָלט געווען אַ דבר גדול.
וע"ז באעה"ח ליל ד' פּ' ויחי ט' לחודש טבת תשנ"א לפ"ק, שלום יודא גראָס
אנו החתומים מטה היינו בליל ג' פ' ויחי שנת תשנ"א בבית הרב ר' משה מאיר בריף שליט"א ברחוב מענער ראָוד 14 בלונדון עיר הבירה נ. 61, ביחד עם הרה"ח ר' ישראל האָכהייזער שליט"א, הרה"ח ר' ישראל פנחס הלוי פעלדמאן והרה"ח ר' שלו' יודא גראָס שליט"א, ודברנו עמו ושמענו כל הנ"ל וע"כ באנו לאשר ולקיים כל הנכתב לעיל בהל"ה סעיפים הנ"ל
נאום: שלום יודא גראס
נאום: ישראל פנחס פעלדמאן
המשך בעמוד הבא...