שחיטה דף הראשי -
SHCHITA HOME PAGE
KOSHER SLAUGHTER
משמרת השחיטה העולמי
שעל ידי ועד הכשרות
העולמי
נתייסד על ידי ועד הרבנים העולמי
Mismeres HaShechita International
A
Port Of The
Vaad Hakashrus
International
Founded By The
Vaad Harabonim
International
כאן תמצא בעז"ה כל הספרים וענינים על עניני שחיטה
דף 115 PAGE
משמרת השחיטה העולמי - Mismeres HaShechita International
תלחץ בכל מספר ותגיע לשער השמים
502 PAGES -
502 gimatria BASA"R
1
2
3
4
5
6
7
8
9
10
11
12
13
14
15
16
17
18
19
20
21
22
23
24
25
26
27
28
29
30
31
32
33
34
35
36
37
38
39
40
41
42
43
44
45
46
47
48
49
50
51
52
53
54
55
56
57
58
59
60
61
62
63
64
65
66
67
68
69
70
71
72
73
74
75
76
77
78
79
80
81
82
83
84
85
86
87
88
89
90
91
92
93
94
95
96
97
98
99
100
101
102
103
104
105
106
107
108
109
110
111
112
113
114
115
116
117
118
119
120
121
122
123
124
125
126
127
128
129
130
131
132
133
134
135
136
137
138
139
140
141
142
143
144
145
146
147
148
149
150
151
152
152
153
154
155
156
157
158
159
160
161
162
163
164
165
166
167
168
169
170
171
172
173
174
175
176
177
178
179
180
181
182
183
184
185
186
187
188
189
190
191
192
193
194
195
196
197
198
199
200
201
202
203
204
205
206
207
208
209
210
211
212
213
214
215
216
217
218
219
220
221
222
223
224
225
226
227
228
229
230
231
232
234
235
236
237
238
239
240
241
242
243
244
245
246
247
248
249
250
251
252
253
254
255
256
257
258
259
260
261
262
263
264
265
266
267
268
269
270
271
272
273
274
275
276
277
278
279
280
281
282
283
284
285
286
287
289
290
291
292
293
294
295
296
297
298
299
300
301
302
303
304
305
306
307
308
309
310
311
312
313
314
315
316
317
318
319
320
321
322
323
324
325
326
327
328
329
330
331
332
333
334
335
336
337
338
339
340
341
342
343
344
345
346
347
348
349
350
351
352
353
354
355
356
357
358
359
360
361
362
363
364
365
366
367
368
369
370
371
372
373
374
375
376
377
378
379
380
381
382
383
384
385
386
387
388
389
390
391
392
393
394
395
396
397
398
399
400
401
402
403
404
405
406
407
408
409
410
411
412
413
414
415
416
417
418
419
420
421
422
423
424
425
426
427
428
429
430
431
432
433
434
435
436
437
438
439
440
441
442
443
444
445
446
447
448
449
450
451
452
453
454
455
456
457
458
459
460
461
462
463
464
465
466
467
468
469
470
471
472
473
474
475
476
477
478
479
480
481
482
483
484
485
486
487
488
489
490
491
492
493
494
495
496
497
498
499
500
501
502
אוצר
היהדות העולמי
OTZER HYAHADUS HOILUMI
מאגר ספרי
שחיטה העולמי
The World
Shechita
Library
שחיטה אנציקלופדיה - Shechita Encyclopedia
The Laws of Shechita
מיסודו של הגה"צ רבי שלום יהודה גראס, כ"ק מרן אדמו"ר מהאלמין שליט"א
Rabbi Sholom Yehuda Gross, the head of the Rabbinical court of Holmin
לקבלת ""קובץ ספרי שחיטה המובהקים" 16 כרכים בחינם: - לרבנים, מנקרים, שוחטים, בודקים, ומנקרים, וכוללים,
נא להתקשר למנהל "חברה מזכי הרבים
העולמי" הרב אברהם ווייס, בבית המדרש "עטרת ישעיה" האלמין
רחוב נחל לכיש 24/8
- רמת בית
שמש ארץ ישראל
011 972 548 436 784
המשך מעמוד הקודם...
בס"ד.
מודעה ב'
בירור דברים
אל הקהל החרדי!!!
די שטאָט גייט כאָדאָראָם
צוליב דעם אַלטן שוחט ביי די חרדי'שע בהמה-פלייש שחיטה
נירבאַטער רב אָפּגעזאָגט פון צו זיין
רב המכשיר!!!
צוערשט אין קורצען פון פריער:
פאר אַ צוויי יאר בערך האט מען געכאפט ביי די בהמה שחיטה אַ לאנגיעריגען שוחט מיט אַ פגום'דיגען חלף. דעם שוחט האט דאס נישט געשמעקט. האט ער גענומען זיינע אפגע'שחט'נע בהמות און אויסגעמישט מיט די כשר'ע. דאָס האט פאראורזאכט אַ מעכטיגען שטורעם אין שטאט. פרישע הונדערטער משפחות האבען אויפגעהערט עסען פלייש, די מכשירים זענען געווען געצווינגען מעביר צו זיין דעם שוחט.
קורץ דערויף דורך די השתדלות פון אַ גרויסען רבי'ן (דער רוקענביין פון בהמה שחיטה די לעצטע 20 יאר) האט מען איהם צוריק גענומען צו בדיקת חוץ, און לעצטענס אויך צו בדיקת פנים (קעגען דעם רצון פון בעל המכשיר דער נירבאטער רב שליט"א).
און איצט לייענט וואָס האָט פּאַסירט די וואָך פּרשת בהר — אייר תשמ"ט.
דער נירבאטערער רב שליט''א (וועלעכער גיט דעם הכשר אויף בהמה שחיטה), האט פארלאנגט עס זאָל זיין אַ ווידעא ביי די שוחטים, מען זאָל קענען איבערווייזען זייער ארבעט פון אונטער די קוליסען. דער אלטער שוחט האט פראטעסטירט און דער מכשיר הרב ראטה האט דעם שוחט גערעכט געגעבען.
איז געגאנגען דער נירבאטערער רב שליט''א און באין ברירה געמאכט אַ לאך צו קענען אריינקוקען צום שוחט פון אַ צווייטען שטיב. און שווארץ איז איהם געווארען פאר די אויגען, זעהנדיג דעם אלטען שוחט מכשיר זיין נבילות וטריפות איינס נאך איינס. ער האט אויפגעהויבען אַ וויי געשריי קעגען דעם שוחט ער זאָל זאפארט אפלאזען די שחיטה.
בו ביום האט דער אויבענדערמאנטער גרויסער רבי געלאזט רופען דעם נירבאטערער רב שליט''א צו זיך אויף מאנרא, אויסגעהערט די מעשה, און ארויסגעטראגען זיין שארפען פסק: דער שוחט זאָל בלייבען, נאר דער נירבאטערער רב שליט''א זאָל זיך אוועק פון דער שחיטה!!! (שווער צו דערמאנען זיך אפילו ביי די נעאלאגען אזא פסק הלכה...).
טייל זאגען אַז צו דעם פסק איז צוגעשטאנען דער צווייטער רב המכשיר הרב ראטה שליט''א.
אויף דער פראַגע צו דעם ראש הקצבים, פאַרוואָס עס לוינט אים זיך אָנצורייסן מיטן עולם צוליב אַ שוחט מאכיל נבילות וטריפות, האָט ער געענטפערט, אַז וויליאַמסבורג עסט שוין כמעט קיינער נישט קיין פלייש, אים איז נאָר וויכטיק גאַנץ אַמעריקע, און צו דעם איז דער שוחט אים זייער גוט (רח"ל).
עלובה העיסה וואָס דער נחתום איז מעיד אויף איר, אַז ער איז בשאט נפש מאכיל טריפות.
וועלכער איד וועט זיך נאָך נאָך דעם אַלעם טרויען אָנצורירן זיינע טריפה'נע נבילה-פלייש?
און וואָס איז מיטן געוועזענעם בעל המכשיר (היינט אַ גרויסער רבי), וואָס אויף זיין סמך האָט מען אַזויפיל יאָרן געגעסן דאָס פלייש ביז צום היינטיקן טאָג וואָס ער נעמט זיך אַלץ אָן על כל דבר פשע, ועל כל פשעים תכסה אהבת כסף (ודו"ק).
און אפילו אין אַ צייט וואָס עס איז נתגלה קלונם פון די שחיטה ברבים איז דער רבי דער איינציקער (מיט זיינע צוהעלפער) זיך אָנצונעמען פאַר די קלים וריקים רח"ל.
מורי ורבותי!!! מיר האָבען געווארענט צוויי יאר צוריק איר זאלט זאפארט אפשטעלען דאס עסען די בהמה-פלייש, ווייל חאטש מען האט באזייטיגט דעם שוחט, ווייזט די היסטאריע אַז דער בעל דבר רוהט נישט און משכן כבודו איז ביי די שחיטה.
אט זעהט איר, די אלע וועלכע האבען דאמאלטס אויפגעהערט עסען, קענען זיך נישט גענוג אפדאנקען וואס זיי האבען פארמיטען נבילות וטריפות פון זיך און די קינדער!!!
דער אלטער שוחט שעכט שוין בערך 40 יאר, און איז געווען דער ראש השוחטים, וואָס מיינט פארשטיקען דעם וויי-געשריי פון די שוחטים וואס בעטן פרישע כוחות צו די שחיטה, און פארשטיקען יעדע פראטעסט פון דער גאס קעגען מצב השחיטה. דאָס אַליין איז דער בעסטער באַווייז אויף דער הפקירות, און ווי כשר גערעכט זענען די מערערים אויפן גאַנצן שחיטה-סיסטעם. און ליידער איז ער נאך מצליח עד היום הזה. ה'ישמרנו.
אידן עפנט זיך די אויגן באצייטענס!!!
נחגור נא עוז להלחם מלחמת ה' נגד בוגדים ומורדים במלכות שמים אלו. ויהא רעוא שיקודש שם שמים על ידינו, עזרינו אלקינו על דבר כבוד שמך, ונזכה לגאולה שלמה בביאת ינון בב"א.
וע''ז באעה''ח יום ג' שנכפל בו בי טוב לסדר ויראת מאלקיך, חודש אייר תשמ''ט לפ''ק.
הק' שלום יודא גראס
אבדק''ק האלמין יצ''ו
מודעה ג'
חודש הרחמים והסליחות שנת תשמ''ט לפ''ק
דאָס לעצטע מויער איינגעבראָכן
דאָס וואָס איז ביז היינט באקאנט געווען אלץ דאָס איינציג געבליבענע פלאץ וואו כשרות איז אויף די העכסטע מדרגה, און די חשוב'סטע רבנים און בעלי בתים האבען מסכים געווען צו צאלען דאפעלט ווי מען צאלט איבעראל, כדי צו האָבען עופות פון דעם דאָזיקן מארקעט (וואָס ווערט גערופען "אָל סיטי פּאָלטרי", אדער "נאָרט 4"), און צענדליגער אידן זענען אַליין געגאַנגען שטיין בשעת'ן שחט'ן זייערע עופות, איז דאָס איצט אויך ליידער שטארק געפאלען אין צוויי הינזיכטען.
דאָס ערשטע: אַז מען שעכט 600 עופות אדער מער אַ שעה, דאפעלט ווי עס פלעגט זיין, ווייל די עופות פארן אויף אַ קייט. צווייטנס: ווייל דארט ארבעטען ווילדע גויים וואָס שלעפען די עופות פון שוחט ווילדערהייט, און עס פאסירט אפט אַז מען שלעפט דעם עוף בשעת שחיטה. דעמאלס קומט אויס אז דער גוי וואס שלעפּט דעם עוף בשעת שחיטה, ער העלפט צו צו די מעשה השחיטה, וד"ל. אויך דורך די שנעלקייט פון די שחיטה דארף מען בודק זיין דעם חלף איילענדיג.
מיר דארפן זעהן, אַז די איינציגע שחיטה ביי אונז אין וויליאמסבורג זאָל צוריק מתוקן ווערן, אדער זאלן שחט'ן 2 שוחטים אדער זאָל מען נאר לייגען אויף יעדען צווייטען קייטעל, און מען זאָל אוועקשיקען די ווילדע גויים. לכל הפחות ביים שוחט זאָל זיין אַ רואיגער גוי. אַז נישט וועט מען מוזן אויפמאַכן אַ נייע קליינע שלאַכט-הויז פאַר די חרדים לדבר ה', וואָס ווילן זיך נישט מטמא זיין מיט מאכלות אסורות כדי אָנצושטאָפּן די בייכער פון די מאכילי נבילות וטריפות.
עס איז געווען צייטן וואס איין שוחט אליין פלעגט שחט'ן אויף דעם פלאץ 8 שעה אין איין צי, א גאנצע נאכט וכו'.
עס איז שוין צייט מען זאָל קובע זיין אין דעם מארקעט אַ משגיח תמידי (נישט דער פלאמבירער, וואס ער איז נישט מער ווי א פשוט'ער ארבייטער) ביים שחט'ן, און ער זאָל בודק זיין די חלפים פאר אלע שוחטים. אויך דארף ער זיין א גרויסער חכם און א ירא שמים, ווייל די בעלי בתים פון דעם פלאץ זענען להכעיס'ניקעס, און זיי זוכן אריינצומישן די טריפות צווישן די כשר'ע, ווי איך האב דאס שוין איבערצייגט פאר א סאך רבנים.
אויך האט ער אין פרידזשידער א צוגעמאכטע טיר וואו נאר ער קען ארויסגיין, און אזוי מישט ער אויס די טריפה'נע מיט די כשר'ע רח"ל, און קיינער ווייסט נישט דערפון.
המעוררים
מודעה ד'
ווי אַזוי אַ משגיח האָט אַמאָל אויסגעזען
אסרו חג השבועות, יום אחר קבלת התורה,
תשמ"ח לפ"ק
לככוד הגאון הצדיק המפורסם, זוכה ומזכה את הרבים, מו"ה שלום יודא גראס, אבד''ק האלמין יע''א
מען האט מיר אנגעטראגען זיך אומצוקוקן ביי די בהמה שחיטה אלס משגיח. אַזוי ווי איך ווייס אַז איר טוט אין דעם שוין באלד 20 יאר און אסאך שוחטים מיט משגיחים זענען זיך שואל-עצה ביי אייך, וויל איך אייך פרעגן אייער מיינונג.
איך בין אַ סאטמארער חסיד נאך פון פריערדיגען דור חסידים. איך געדענק נאך וואויל ווי אַזוי רבנו הקדוש זצוקללה''ה האט געבלוטיגט אין אלע דרשות און תורה'ס אַז מען דארף האבען מסירת נפש זיך צו האלטען בדרך האבות. נישט איינמאל איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיטן רבי'ן וועגען פארשידענע ענינים. ער איז געווען אַ לעבעדיגער "חובת הלבבות" און "ראשית חכמה". זיין גאנץ חיות איז געווען אַז זיינע תלמידים און חסידים זאלן זיך פירען לויט די תורה, דוקא לויט די מסורה. עס איז ביי אים מער חשוב געווען אַ תלמיד וואָס לערענט תורה און פירט זיך ערליך, אפילו אויב ער קומט נישט צום טיש און איז נישט קיין סאַטמאַרער חסיד, ווי איידער אַ פּראסטער איד וואָס פארפעלט נישט קיין טיש. ער איז געווען דער וואָס מען האט איבערגעלאזט אלס מוסטער פאר אונז צו זעהן וואָס אַ רבי האט אמאל באדייט, איין לאנגע קייט פון מסירת נפש פאר תורה. יעדע זאך וואָס העלפט אויפבויען תורה מיט יראת שמים איז דאָס געווען זיין כלי שעשועים, און פארקערט האט ער געקעמפט ווי אַ לייב.
נאך די הסתלקות פון רבינו הקדוש זצוקלה''ה האב איך מיט אַ גרופע חברים זיך פארגענומען אלס הכרת טובה פאר אונזער רבי'ן און וועג ווייזער, און אויך בעיקר כדי צו קענען בעזה''י אויפציען ערליכע דורות ווייטער, אז מיר זאלען זיך פארטיפען אין רבי'נס ספרים און דרשות און לויט דעם זיך פירען. אלע שקרים און פעלטשערייען וואס ווערן נאכגעזאגט אין זיין נאמען האבען נישט קיין ווערט און בלי ספק אַז עס גיט אים נישט קיין מנוחה אין קבר.
נאך די הקדמה קענט איר זיך פארשטעלן, אַז נאכדעם וואָס מען האט מיר אנגעטראגען דעם פלאן צו ווערן אַ משגיח ביי בהמה פליישען, האב איך אפירגענומען די ספרים פון רבינו הקדוש און בעיון דורכגעלערענט.
צום ענדע בין איך געקומען צום איבערצייגונג, אַז דער היינטיגער איינשטעל פון פלייש-באנק, איינשליסענדיג דעם שוחט, בודק, משגיח, מכשיר, מנקר, מדיח, קצב, א.אַ.וו. איז לויט די שיטה פון רבינו הקדוש זצוקלה''ה גענצליך קארופּטירט און באנקראט. נישטא איינס פון די אלע וואָס זאָל זיין אויסגעהאלטען לויט זיין הדרכה. (זעט ווייטער אויספירליך).
אגב האלט איך און דאָס זעלבע מיינע חברים. אַז בלי ספק איז עס דעם רבינ'ס כח וואָס עס ווערן אנטדעקט טעגליך פרישע מיסברויכען מיט סענסאציעס ביי די פלייש-אינדוסטריע כדי דער עולם זאָל עפענען די אויגען אנהויבען איינזעהן וואס דאָ טוט זיך, און אויפהערען איינמאל פאר אלעמאל מיט די בהמה פליישען. ווי דער רבי שרייבט אין פ' תולדות, אַז דער ס"מ פאַרלייגט זיך אויף מאכלות אסורות זייער שטאַרק היינטיקע צייטן, וויסנדיק דאָס ער האַלט שוין ביים ווערן באַזיגט, און מיט דעם וועט ער אָפּהאַלטן די גאולה ר"ל.
אונז זענען מיר אויך אלע איינשטימיג אַז ווער עס נעמט אהן היינטיגע צייט השגחה, כל שכן ''בעל המכשיר" אויף בהמה פלייש, ווייסט דאָס אַז דער ענין פון שכר ועונש, גהינם, מיט שאול תחתית, איז ביי אים ליידער קאלט, און די אמונה אין די ענינים איז ביי אים שוואך, ווייל אויב נישט וואלט ער דאָס קיינמאל נישט געטוהן נאך אזעלכע שוידערליכע זאכען וואָס מען הערט היינט, ה' ירחם.
דעריבער וויל איך וויסן בפרטיות אייער חשוב'ע מיינונג און אייער פּראַקטיק ביי די אַלע ענינים.
ענטפער פון האלמינער רב שליט''א
לככוד הרה''ג המפורסם מנה בן מנה . . שליט''א
דאָס וואָס איר זאגט וועגן שיטה הקדושה פון סאטמארער רבי'ן זי''ע, דאָס איז ביי מיר נישט קיין נייעס. איך האב דאָס פון אים געלערנט פערזענליך, אַז אויב מען טוט אנדערש ווי אין דערהיים, איז אלעס ספק נבילות וטריפות חֵלב ודם. פון דארט ווייס איך, אַז אלעס וואָס מען זאגט אין זיין נאמען אין דער פארקערטער ריכטונג איז פאלש און פארפירעריש.
איך וועל דאָ אַראָפּברענגען אין קורצן ווי אַזוי הכשרים מיט השגחות האָבן אויסגעזהן אינדערהיים.
וואָס האט געמיינט אינדערהיים צו קענען זיין אַ משגיח ווי עס דארף צו זיין?
1. דער משגיח טוט גארנישט נאר אויפזעהער איבער די פליישען (די פּלאָמבעס איז אַן עקסטרע מענטש, אונטער זיין אויפזיכט).
2. דער משגיח האט די שליסעל פון שלאכט-הויז און אָן אים קען קיינער נישט אריינגיין. ער עפענט און פארשפארט. דאָס מיינט ער איז דארט אַ גאנצן טאג.
3. דער משגיח איז אַ שליח פון רב. ער ווערט אויסגעהאלטען פון די קהילה נישט פון קצב.
4. דער משגיח האט קיין שום פחד נישט פון קצב אדער אנדעדע בעלי בתים מיט מענעדזשערס, ווייל זיין בעל הבית איז דער רב וועלכער ציטערט פון אַ מכשול מער ווי פון גיהנם.
5. דער משגיח גיט איבער פארן רב פונקטליך וואָס ער האט געזעהן, און האט נישט מורא מען וועט אים ארויסווארפען, ווייל דער קצב איז דער וואָס מוז אנקומען צום רב נאך אַ הכשר. דער רב מוז נישט אנקומען צום קצב, ווייל ער האט זיין באשטימטע געהאלט פון די קהלה נישט קיין חילוק אויב דער פלייש פון קצב איז כשר אדער טריפה.
6. דער משגיח איז אונטער אַ רב אַ גרויסער ערליכער איד וואָס איז שטענדיג אינטערעסירט צו וויסען אלע איינצעלהייטען ביים שחט'ן און בודק זיין מיט כשר-מאכען, ווייל ער ווייסט די הארבקייטען פון געבן חֵלב, נבילה וטריפה פאר אידען צו עסען. אזא רב איז דאָס גרעסטע חיזוק פארן משגיח גוט נאכצוגריבלען אלעס וואָס גייט פאר. און דאָס איז די איינציגע גאראנטיע אַז אלעס איז בתכלית הכשרות.
7. דער משגיח איז אונטער אַ רב וואָס נאָכן אויסהערן די פראבלעמען איז ער נישט יוצא מיט קרעכצען, נאר טוט צו די זאך דאָס צו פארעכטען.
8. ביי די גרויסע שלאכט הייזער מוזען זיין כאטש 3 משגיחים לויט ווי דער לבושי מרדכי שרייבט אַז דער משגיח מוז קענען האלטן אַן אויג אויף אלעם אין די זעלבע צייט. און דאָ איז עס נישט מעגליך. דערפאר דארף מען 3 משגיחים:
1. ביי דער שחיטה, בודק צו זיין די חלפים.
2. ביי בדיקת פנים, וואָס האלט אויך אַן אויג די חלקים זאלען זיך נישט אויסמישען.
3. ביי בדיקת חוץ. דאָס איז אויסער אַ משגיח אין בוטשער געשעפט.
9. דער משגיח מוז האָבען אַ חשבון וויפיל פּלאמבעס ער האט ארויסגעגעבען און בודק זיין אויב מען האט נישט פּלאמבירט מער.
10. קיין שום פּלאמבעס מיט זיגלען טארן זיך נישט וואלגערען פראנק און פריי, נאר דער משגיח ברענגט און טראגט עס מיט זיך שטענדיג, אדער ער האלט עס אין שלאכט-הויז איינגעשפארט חותם בתוך חותם.
11. דער משגיח מיטן רב דארפען האלטען אין איין טוישען די זיגלעך און פּלאָמבעס מיט קינסטלעך פארשטעקטע סימנים כדי מען זאָל נישט קענען פעלשען, און בלויז די משגיחים צווישען זיך זאלען וויסען די סימנים.
12. דער משגיח מוז וויסען ביי זיך אַז ער איז פעהיג צו זיין אַ גוטער פאראנטווארטליכער משגיח, דאָס מיינט קלוג, כיטרע, אַ תקיף, אַ פחדן פון אַ נדנוד חטא, א תלמיד חכם, איש אמת, אָן שום פחד פון אַ בשר ודם.
13. אַן עקסטרע משגיח מוז נעמען חשבון פון ערשטען משגיח וויפיל כשר'ע בהמות זענען געווען יענעם טאג, און אַזוי יעדן טאג. נאכדעם דארף ער ארום גיין אין די בוטשערס אפצייעלן:
1. וויפיל בהמות זענען דאָ, 2. וויפיל בהמות זענען אנגעקומען אין די האטעלן. 3. וויפיל אין די היימען, ישיבות און מוסדות. 4. וויפיל אין די האומס (מושב זקנימ'ס וכדומה). 5. וויפיל אין רעסטאראנען. 6. וויפיל אין קעמפס. 7. וויפיל ביי קעיטערערס. 8. וויפיל אין די עראָפּלאַנען, 9. וויפיל אומזיסט (אלס שוחד) צו רבנים, משגיחים, שוחטים ובודקים, און אַנדערע שיינע אידן. 10. וויפיל זענען געגאנגען צו די שפיטעלער. 11. וויפיל זענען געשיקט געווארן מיט שיפן קיין ארץ ישראל. (בפרט צונגען, לעבער, סוויט ברעסט'ס, פיסלעך, מוחות, ועוד, וואס אויף זיי איז מען אין א"י די גרעסטע קונים.) 12. וויפיל צונגען מיט סוויט ברעסט'ס זענען ארויס די וואך כשר, און וויפיל שטיק זענען דאָ אין בוטשער און אין די אַנדערע אויבנדערמאָנטע פּלעצער.
14. דער בוטשער געשעפט דאַרף אויך האָבן אַ באַזונדערן משגיח וואָס זיין אויפגאבע זאָל זיין:
1. ער האט די שליסעל צו עפענען און אפשפארען דעם בוטשער, און קיין אנדערער האט עס נישט (אויסער דעם רב).
2. ער איז דארט 3-4 פארטאגס ווען די אנגעלאדענע טראקס מיט סחורה קומט אן. ער באקוקט יעדן שטיקעל פלייש אויב עס האט די ריכטיגע חותמות (וואָס דער שחיטה-משגיח געטרויעט אים אָן).
3. ער באקוקט דעם פרידזשידער אויב זייט נעכטען נאכט ווען ער האט פארלאזט דעם בוטשער איז נישט צוגעקומען קיין פליישען.
4. ער ציילט אפ פונקטליך וויפיל פלייש עס קומט אן און גיט דאָס איבער נאכדעם פארן שחיטה-משגיח (זעה נומער 13) ווייל יענער האט קאנטראל אויב עס געשעהט נישט קיין פעלשערייען.
5. ער קוקט זיך אום אויף ניקור (נאָר אויב ער קען עס — האָט עס אַ ווערט), און זעט עס זאָל זיין אַ מנקר מומחה, אַ איד אַ יר"ש מיט קבלה פון גדולי ישראל, און האָט השגחה אויפן ווייקען, זאַלצען, שווענקן, פאַרפּאַקן און זיגלען.
6. דער משגיח ווערט באצאלט פון רב און דער רב באקומט נישט קיין געהאלט פאר די השגחה.
7. דער רב מיטן משגיח פארמאגען די מעלות וואָס מיר האָבען אויבענדערמאנט ביים שלאכט- הויז.
8. דער משגיח ציילט אפ יעדע נאכט פארן אוועקגיין וויפיל פלייש עס איז געבליבען אין פריזשידער און פריזער. און צומארגענס ווען ער עפענט זעהט ער אויב אלעס איז אין ארדענונג.
דער רב גייט סיי ביים שחיטה, סיי ביים בוטשער (ניקור, מליחה וכו') זייער אָפט און פּלוצלונג אָן קיין אַפּאָינטמענט, און האָט אויך די שליסלעך צו קענען גיין אַליין ביינאַכט קאָנטראָלירן.
היינט צו טאג האט נישט די שחיטה, נישט דער בוטשער — אפילו איינס פון די אויבענדערמאנטע מעלות.
מודעה ה'
אויפרוף פאר אלע יונגע מורי הוראות
אויב מען האט אייך אָנגעטראָגן (אדער מען וועט אייך אנטראגען) צו זיין אַ משגיח אדער מפקח אדער אַ רב המכשיר ביי פליישען, און עס כאפט אייך ארום אַ גרויסען חשק ווייל איר שפירט אַז דאָ קומט אַ גרינגער דאלער, און אפשר נאך אביסעל כבוד און פאבליסיטי, זאלט איר וויסען ווילאנג איר זענט נאכנישט אריין אין דעם, אַז אפילו אויב איר באקומט טאקע אַ פעטען טשעק, אבער מיט דעם פארקויפט איר אייער נשמה.
שטעלט אייך פאר ווען איינער זאגט אייך צו אַ מיליאן דאלער (1.000.000$) איר זאלט אויפעסען אַ כזית נבילה, וואלט איר עס זיכער נישט געטוהן, און אפילו נישט צו געבן פאר אַ צווייטען צו עסען.
איצט שטעלט אייך פאר אין היינטיגע וועלט, ווען יעדן טאג קומען אויף נייע מכשולות ביי די פליישען: רבנים מכשירים פון לאנגע יארען נעמען אראפ די הכשרים, שוחטים ווערן געכאפט רח'"ל ביי...; אלטע שוחטים לאזען צוואה פאר זייערע קינדער נישט צו עסען בהמה פלייש, ועל כולם אַ 30-40 יעריגער שוחט וואָס האָט מאכיל-נבילה-געווען, זיצט נאָך היינט צו טאָג ביי דער שחיטה און איז בודק בהמות, ווייל קיינער און ממש קיינער האט אים נישט געקענט אוועקרירען פון פלאץ!!!
יעצט ווילט איר זיך געטרויען אַז אויף אייער געוויסען זאלען צענדליגער טויזענטער אידען אין אַמעריקע, רוב מנין ובנין פון שארית ישראל, דער פאקטישער כלל ישראל היינט, עסן חֵלב ודם — נבילה — וטריפה אין די מיליאנען כזיתים יארען לאנג און פארקויפען די נשמה מיט די דורות וועגן א פאר דאלער??
ווילט איר וויסען פארוואס די פליישען זעהן אַזוי אויס און פארוואס היינט קען אַ משגיח נישט באטראכט ווערן ווי אַ משגיח אדער אַ רב המכשיר ווי אַ רב המכשיר — זעט דעם ארטיקעל "ווי אַזוי דארף אַ משגיח אויסזעהן?"
און אויב איר וועט פרעגן ווי אַזוי וועט זיין בהמה פלייש פארן כלל ישראל? איז דער תירוץ, אַז די גדולי הדור האָבען מכריע געווען, אַז לויט די סכנות צו וועלכע בהמה פלייש עסערס זענען היינט צו טאג אויסגעשטעלט, פיזיש און גייסטיש, איז יעדער מחוייב עפ"י התורה אפצולאזען די בהמה פלייש איינמאל פאר אלעמאל עד סוף כל הדורות!!! און אַזוי טוען היינט צו טאג ב''ה נאענט צו 10.000 משפחות כן ירבו.
מיר האבען געשריבען באריכות, אַז הארץ קרענק איז דער נומער איינס קרענק וואס הרג'עט יערליך מיליאנען מענטשען. די צוויי גרעסטע סמים פאר הארץ זענען: 1. בהמה פלייש, 2. ציגארעטלעך.
עס מאכט אויך הויכע בלוט דרוק. אלערדזשי (דאָס מיינט אויך היי-פיווער, רויז פיווער, טרי-פיווער. א.אַ.וו.), און יענע מחלה רח"ל.
גייסטיג איז מען איינגעשטעלט מיט איסור כרת פון חלב, און אויך נבילה וטריפה חֵלב ודם וואָס פארשטאפט ליידער די אידישע הערצער.
עס זענען היינט צו טאָג דאָ פאַרשידענע מאכלים וואָס זענען רייך אין אַלע וויטאַמינען און מינעראַלן, נאָך מער ווי פלייש, און יענע מאכלים האָבן נישט קיין שום שעדליכקייט און קעמיקעלס, פעטן, און זיי גיבן געזונט און כח, אָן שום חשש כשרות.
פאַרוואָס זאָל מען איינשטעלן ביידע וועלטן אויף גאָרנישט?!
אין זכות פון ביישטיין דעם נסיון זאלט איר געהאלפען ווערן מיט גרינג פרנסה, מיט נחת און כל טוב עד ביאת גו"צ בב''א.