שחיטה דף הראשי -
SHCHITA HOME PAGE
KOSHER SLAUGHTER
משמרת השחיטה העולמי
שעל ידי ועד הכשרות
העולמי
נתייסד על ידי ועד הרבנים העולמי
Mismeres HaShechita International
A
Port Of The
Vaad Hakashrus
International
Founded By The
Vaad Harabonim
International
כאן תמצא בעז"ה כל הספרים וענינים על עניני שחיטה
דף 140 PAGE
משמרת השחיטה העולמי - Mismeres HaShechita International
תלחץ בכל מספר ותגיע לשער השמים
502 PAGES -
502 gimatria BASA"R
1
2
3
4
5
6
7
8
9
10
11
12
13
14
15
16
17
18
19
20
21
22
23
24
25
26
27
28
29
30
31
32
33
34
35
36
37
38
39
40
41
42
43
44
45
46
47
48
49
50
51
52
53
54
55
56
57
58
59
60
61
62
63
64
65
66
67
68
69
70
71
72
73
74
75
76
77
78
79
80
81
82
83
84
85
86
87
88
89
90
91
92
93
94
95
96
97
98
99
100
101
102
103
104
105
106
107
108
109
110
111
112
113
114
115
116
117
118
119
120
121
122
123
124
125
126
127
128
129
130
131
132
133
134
135
136
137
138
139
140
141
142
143
144
145
146
147
148
149
150
151
152
152
153
154
155
156
157
158
159
160
161
162
163
164
165
166
167
168
169
170
171
172
173
174
175
176
177
178
179
180
181
182
183
184
185
186
187
188
189
190
191
192
193
194
195
196
197
198
199
200
201
202
203
204
205
206
207
208
209
210
211
212
213
214
215
216
217
218
219
220
221
222
223
224
225
226
227
228
229
230
231
232
234
235
236
237
238
239
240
241
242
243
244
245
246
247
248
249
250
251
252
253
254
255
256
257
258
259
260
261
262
263
264
265
266
267
268
269
270
271
272
273
274
275
276
277
278
279
280
281
282
283
284
285
286
287
289
290
291
292
293
294
295
296
297
298
299
300
301
302
303
304
305
306
307
308
309
310
311
312
313
314
315
316
317
318
319
320
321
322
323
324
325
326
327
328
329
330
331
332
333
334
335
336
337
338
339
340
341
342
343
344
345
346
347
348
349
350
351
352
353
354
355
356
357
358
359
360
361
362
363
364
365
366
367
368
369
370
371
372
373
374
375
376
377
378
379
380
381
382
383
384
385
386
387
388
389
390
391
392
393
394
395
396
397
398
399
400
401
402
403
404
405
406
407
408
409
410
411
412
413
414
415
416
417
418
419
420
421
422
423
424
425
426
427
428
429
430
431
432
433
434
435
436
437
438
439
440
441
442
443
444
445
446
447
448
449
450
451
452
453
454
455
456
457
458
459
460
461
462
463
464
465
466
467
468
469
470
471
472
473
474
475
476
477
478
479
480
481
482
483
484
485
486
487
488
489
490
491
492
493
494
495
496
497
498
499
500
501
502
אוצר
היהדות העולמי
OTZER HYAHADUS HOILUMI
מאגר ספרי
שחיטה העולמי
The World
Shechita
Library
שחיטה אנציקלופדיה - Shechita Encyclopedia
The Laws of Shechita
מיסודו של הגה"צ רבי שלום יהודה גראס, כ"ק מרן אדמו"ר מהאלמין שליט"א
Rabbi Sholom Yehuda Gross, the head of the Rabbinical court of Holmin
לקבלת ""קובץ ספרי שחיטה המובהקים" 16 כרכים בחינם: - לרבנים, מנקרים, שוחטים, בודקים, ומנקרים, וכוללים,
נא להתקשר למנהל "חברה מזכי הרבים
העולמי" הרב אברהם ווייס, בבית המדרש "עטרת ישעיה" האלמין
רחוב נחל לכיש 24/8
- רמת בית
שמש ארץ ישראל
011 972 548 436 784
המשך מעמוד הקודם...
מכתב לו
בס"ד
פלייש געלט קאמפיין
וויכטיגע מעלדונג - בשורה טובה פאר כלי קודש אא"וו
סאלאמיס, פאסטראמיס, באלאני, וואורשטלעך - בחנם
מיט גרויס פרייד טוען מיר באַקאַנט מאַכן פאַר דעם עולם התורה לומדים אד"ג, אז מיר זענען נאָכגעקומען דעם פאַרלאַנג פון ציבור צו געבען גרויסע הנחות פאַר די בני ישיבות וכדומה אויף אַלע פלייש פּראָדוקטן, בפרט סאַלאַמי, פּאַסטראַמי, באלאני, פראַנקפוטער, ווארשטען ועוד.
פון היינט און ווייטער וועלען אַלע וואָס האָבען א קליינעם איינקונפט (פּרנסה געהאַלט) קענען באַקומען אַ דיסקאונט פון 25 פּראָצענט אויף אַלע פלייש פּראָדוקטען אָן אויסנאַם.
בעיקר טוען מיר פאַרשטענדיגן דעם חשוב'ן ציבור, אז אַלע רבנים, דיינים, מורי הוראות ומרביצי תורה, מנהלים, מלמדים, כולל יונגעלייט וכו', וועלען האָבען אַ הנחה אויף בהמה פלייש 25 פּראָצענט דיסקאונט - און די פאָלגענדע אַרטיקלען זענען אינגאַנצן אומזיסט, סאַלאַמי, פּאַסטראַמי און אנדערע.
דאָס איז אויך בנוגע די רבנים אין ארץ ישראל אָדער אייראָפּע, קאנאדע, דרום אַמעריקע כו' צו באַקומען אומזיסט סאַלאַמי, פּאַסטראַמי, בלאני, ווארשטליך, צינג און ברעסט ביפ. אויך סתם פעטס פון די פלייש (וואָס איז זייער גוט פאַר געמאָלענע פלייש) וואָס איז אַ טייער אַרטיקעל.
די אַלע דערמאָנטע כלי קודש וועלען באַקומען 50 פּראָצענט הנחה אויף אַלע זייערע שמחות, וואו זיי וועלן סערווירן אונזערע גלאַט כשר'ע למהדרין פלייש, און סאַלאַמי, פּאַסטראַמי, באלאָני, וואורשטלעך, צינג און ברעסט ביפ בחנם.
דער צוועק פון דעם איז צו פאַרגרינגערען פאַר די ערליכע אידן לומדי תורה וואָס דווקא זיי מוזן זיך ליידער באַגניגענען מיט טשיקן, און קענען זיך נישט ערלויבען אַ געזונט כשר שטיקל פלייש צוליב זייער קליינע פּרנסה. דאָס איז נישט מענטשלעך און נישט תורה'דיג. אדרבה פאַר זיי מוזן מיר זיך נאָך מער זאָרגן ווי פאַר אונז אַליין, דאָס איז דאָך דאָס שוואַרץ-אפּעל פון אונזערע אויגען, וואָס זיי זענען די וואָס אויף זיי שטייט כלל ישראל.
אדרבה, מיר דאַרפן שפּאָרן דאָס ביסן פון אונזער מויל און זען אַז אונזערע וועג-ווייזערס זאָלן קענען זיין געזונט און שטאַרק, און האָבן כח צו קענען אָנגיין געזונטערהייט מיט זייער עבודת הקודש, וואָס דאָס איז נאָר מעגליך ווען זיי וועלן זיין בכח צו עסן יעדן טאָג קרעפטיגע בהמה פלייש, בפרט סאַלאַמי, פּאַסטראַמי, באַלאָני, וואורשטלעך, צינג און ברעסט ביפ, וואָס דאָס איז ממש דאס איינציגע מאכל וואָס מאַכט קלאָר דעם מוח און האַרץ, און גיט די ריכטיגע קראַפט, ווי די חז"ל זענען מעיד.
דאָס וואָס רכילות'ניקעס שרייבען דאָס פאַרקערטע פון גרויסע דאָקטוירים אַפּיקורסים איז אַוודאי ליגנט, מיר טאָרן זיי דאָס נישט גלייבן קעגען די הייליגע ווערטער פון חז"ל. זיי מעגן טאַקע היילען קראַנקע, אָבער נישט זאָגען דעות און מחולק זיין אויף חז"ל ח"ו.
אַלע אונזערע פּראָדוקטן, די שחיטה, ניקור, מליחה און הדחה, זענען אונטער די שטרענגע השגחה פון גדולי הרבנים שליט"א וועלכע האָבן אַן עינא פקיחא אויף דעם גאַנצן סדר אין שלאַכט-הויז.
וועד למען הצלת וקיום כוחות התורה והיהדות
מכתב לז
מודעה רבה
פלייש געלט קאמפיין
וויכטיגע מעלדונג - בשורה טובה פאר כלי קודש אא"וו
אידן, העלפט אַרויס די גדולים און צדיקים מיט אַ שטיקל פלייש!!!
ווי איר זעט אין די פריערדיגע אַדוועטייזמענט, אַז מיר האָבן נאָך גרויסע ענערגיע און געוואַלדיגע פּלאָג און איינשטעלעניש ענדליך באַוויזן אויפצושטעלן אַ וועד וואָס טוט זיך באַפאַסן און באַזאָרגן אומזיסט כשר פלייש פּראָדוקטן פאַר אַלע כלי קודש: רבנים, מלמדים, ראשי-ישיבות און כולל יונגעלייט, און אויך זייערע גרויסע הנחות (האַלב פּרייז) פאַר זייערע שמחות, מען גיט זיי סאַלאַמי, פּאַסטראַמי, באַלאָני, וואורשטלעך, צינג און ברעסט ביפ - אומזיסט, און אויך פיהל ביליגער ווי ריטעיל פאַר די וועלכע פאַרדינען ווייניג.
ווי פאַרשטענדליך איז דאָס פאַרבינדן מיט אויסערגעוויינליכע אָנשטרענגונגען און ריזיגע אויסגאַבעס, קרוב צו אַ מיליאָן דאָלאר אַ יאָר (ביז אַ פּאָר וואָכן וועלען מיר שוין אַוודאי קענען פאַרשטענדיגן מער פּינקטליכע איינצעלהייטען), וואָס עס איז העכער פון די כוחות פאַר יחידים צו טראָגן אַזאַ גרויסען לאַסט. די דאָזיגע אחריות ליגט גלייך אויף גלייך אויף יעדן איד פון כלל ישראל וואָס האָט אַ אידישע נשמה מיט אַ ערליכן געפיל צו פאַרשטיין אַז נישט נאָר ער ברויך יעדן טאָג עסן פלייש, סאַלאַמי וכו', נאָר אויך אונזערע פאַרטרעטערס און מנהיגים זאָלן זיין געזונט, און זיי דאַרפן דאָס פיל וויכטיגער.
דערפאַר האָבען מיר געגרינדעט אַ געלט פאָנד, פאר וועלכן יעדער איד איז זיך מחוייב צו באַשטייערן איבער זיינע מעגליכקייטן צו די דאָזיגע געוואַלדיגע גרויסע מצוה, צו העלפן לינדערן די גרויסע נויט פון די דאָזיגע בני תורה וואָס פּלאָגן זיך אויף תורה מתוך דחקות, זיי זאָלען אויך קענען צוקומען צו עסען פלייש, סאַלאַמיס, פּאַסטראַמיס וכו' (וועלכע זענען, ווי באַוואוסט, טייערע מאכלים) יעדן טאָג צו האָבן כח אויפצוטאָן פאַר תורה און אידישקייט.
מיר האָפן בקרוב מפרסם צו זיין די הסכמות (גוטהייסונג) פון אַלע גדולי הרבנים איבער די חשיבות און הצלת נפשות וואָס איז פאַרבינדן מיט די דאָזיגע גרויסע מצוה.
וויפיל מאָל פאַלן נעבעך צוזאַם, פון קראַנקהייט אָדער שוואַכקייט, רבנים בני תורה. ווער קען זאָגען אַז ער איז נישט אין דעם שולדיג? דאָרט וואו ער האָט עס געקענט פאַרמיידן דורך אַ פּאָר דאָלאר צו העלפן זיי זאָלן זיך קענען שטאַרקן זייערע קרעפטן מיט געזונטע פלייש, סאַלאַמי, צינג, לעבער, פראַנקפורטער וכו'.
און דערמיט וועלן מיר זיין אין די בחינה ווי די חז"ל זאגן אין מסכת סנהדרין, כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא...
וועד למען הצלת וקיום כוחות התורה והיהדות
721 קענט עוועניו, ברוקלין, נ.י. 11211
נ.ב. ווער עס האָט באַקאַנטע ערליכע אידן אָדער אָרעמע אידן אד"ג, דאָ-הי אָדער אין ארץ ישראל, אייראָפּע, קאנאדע וכו', וואָס לפי דעתם דארף מען זיי שיקן אומזיסט פלייש (סאַלאַמיס ועוד), ביטע זיך צו פאַרשטענדיגן שריפטלעך מיט'ן וועד אויף דעם אויבנדערמאנטן אדרעס.
מכתב לח
מחאה גדולה ונמרצה
אידן, לאָזט אייך נישט פאַרפירן פון די קצבים שווינדלערס!!!
דאָס שרעקליכע וויי-געשריי פון כלל ישראל
שוין באַלד אַ וואָך זינט עס איז געדריקט אין פאַרשפּרייט געוואָרן אויף דער אידישער גאַס, און איך קען נאָך אַלץ נישט קומען צו זיך פון אַזאַ שוידערליכע פּאַסירונג, וואָס דאס בלוט אין די אָדערן ווערט פאַרגליווערט נאָר טראַכטנדיג אַז אַזוינס זאָל קענען פּאַסירן נאָך אַזוי פיל יאָרן מלחמה קעגען די חברה אנשי המחנו"ט (ר"ת מאכילי חלב נבילות וטריפות). זאָלן די דאָזיגע שותפים של עמלק - קצבים, רשעים, אויסגעשפּראָכענע שונאים פון כלל ישראל, שליחים נאמנים פון די סטרא אחרא צו גרונט צו לייגן דאָס ביסעל געבליבענע ערליכע אידן פון כלל ישראל, דורך פאַרשטאָפען די מוחות און הערצער און מטמא זיין דאָס בלוט פון אונזערע נפשות מיט נבילות וטריפות חלב ודם, קענען מצליח זיין אין זייער ארבעט.
יעדער טאָג קומט פאָר אַ פרישע מלחמה קעגען די נייע טריקס וואָס דער בעל-דבר שטעלט אויף און וועבט, אַריינצופירן תמימות'דיגע און ערליכע אידן אין זיין אויסגעשפּרייטע נעץ.
יעצט איז דער ס"מ געקומען אויף אַ נייעם איינפאַל: נאך וואָס דאַרף ער זיך שלאָגן מיט יעדן איד באַזונדער, ער וועט אַריינכאַפּן די ערליכע אידן, מנהיגים, ראשי-ישיבות, מלמדים, בני-כולל וכו', די פירער פון פאָלק, און אַזוי אַרום וועט ער שוין ממילא האָבן אלעס אין זיינע טמא'נע הענט.
שטעלט אייך פאָר, אַ זאַך וואָס קען אַפילו אין וויסטן חלום נישט איינפאַלן פאַר אַ נאָרמאַלן מענטש. אָבער דאָס איז ליידער געשען אינמיטן העלן טאָג פאַר אונזערע אויגן.
עס איז אָפּגעדרוקט און פאַרשפּרייט געוואָרן בראש כל חוצות (איבער די גאַסן) צוויי מודעות פון אַ מכלומרשטן "וועד למען הצלת וקיום כח התורה והיהדות", וואָס איר צוועק זאָל זיין, אַזוי צו זאָגן, צו העלפן ראַטעווען דעם כלל ישראל דורך פאַרגרינגערן צו קענען קויפן טריפה ונבילה פלייש, און בפרט ווערט דאָרט עטלעכע מאָל איבערגע'חזר'ט אַז בעיקר מיינען זיי סאַלאַמי, פּאַסטראַמי, פראַנקפוטער, באלאָני ועוד, וואָס איז כידוע דורך און דורך איינגעזאַפּט מיט שטיקער חלב ודם (חוץ נבילות וטריפות), און דאָס וועט געבען חיזוק און כח פאַר די שוואַכע און קראַנקע כלי קודש, אָנצוגיין מיט זייער עבודת ד' אין הרבצת תורה ויראת שמים פאַר כלל ישראל.
וויי וויי!!! שומו שמים!!!
וואו איז דאָ דער שרייבער און דער מקונן (קלאָגער) וואָס זאָל מיט אַ פאַרבלוטיגט האַרץ פול מיט טרערן באַוויינען אונזער בראָך, אַז מענטשען (בעסער געזאָגט, שדים ורוחות אין א צורה פון צוויי פיסיגע חיות טורפות) זאָלן האָבן אין זיך אַזוי פיל חוצפּה און עזות צו דרוקן אַזאַ זאַך פאַר די גאַנצע וועלט, און דאָס אָנצוטראָגן דווקא פאַר די גרעסטע פון פאָלק.
ווי גרעסער און חשוב'ער דער מענטש - אַלץ ביליגער און אַלץ מער טריפות קען ער באַקומען אומזיסט כדי ער זאָל (צוזאַמען מיט זיין משפּחה, קרובים און תלמידים) זיך אָנעסן מיט מאכלות אסורות, און דערנאָך קענען מיט דעם כח און פאַרשטאָפּטן מוח און האַרץ פאַרפירען גאַנץ כלל ישראל פון אידישקייט מיט זיין "כח התורה".
און מסתם האָט דאָס נאָך אַ טיפן חשבון, אַז דורכדעם וועלן די שליחים פון די סטרא אחרא, די קצבים - שותפים של עמלק - פאַרשטאָפּן דאָס מויל פון די אַלע וואָס עס טוט זיי וויי דער בראָך פון כלל ישראל וואָס ווערן ל"ע געשטאָפּט מיט נבילות וטריפות חלב ודם, און מיט דעם וואָס די אַלע גרויסע פירערס (וועלכע האָבן די השפּעה אויפן גאַנצן כלל ישראל) וועלן זיין משוחד צו די דאָזיגע אנשי המחנו"ט מאכילי נו"ט חלב ודם, וועלען זיי שוין מער קיינמאָל נישט לוחם זיין קעגן די דאָזיגע עוולות, און מי יודע וואָס זיי האָבען נאָך ח"ו אינזינען צו טוהן פאַר כלל ישראל (מיט זייערע צוגעגרייטע שפּיצלעך) ה' ישמרנו:
א) די אַלע וואָס וועלען דאַן שוין זיין אָנגעגעסן מיט טריפות וועלן שוין אַליין זיין קאַלט אין אידישקייט, און וועלן דערנאך מסכים זיין צו אַלע תועבות פון די דאָזיגע רשעים מאכילי נבילות וטריפות רח"ל.
ב) זיי וועלן זיין משוחד, ווייל זיי באַקומען דאָך ביליג אָדער אומזיסט אַזוי פיל פלייש, א זאך וואָס שפּאָרט זיי איין זייער א סאך געלט אַ יאָר, און זיי קענען עסן מער טריפות און חלב וואָס ביז יעצט האָבען זיי נישט געהאַט די זכי' דערצו.
ג) די דאָזיגע מחנו"ט האָבן זיכער דעם פּלאַן אַז נאָכדעם וואָס זיי וועלען האָבן די אַלע ראשי-העם אין זייער האַנט, וועלען זיי דאָס גיט פּראָפּראַגאַנדירן און צושמירן אין די גאַנצע וועלט, גענוי מיט די נעמען פּינקטלעך וועלכע גדולים נוצן זייער פלייש. דאס וועט דאך פאר זיי זיין דער גרעסטער הכשר פון אַזוי פיל גדולים, רבנים און אדמורי"ם.
יעדער איד וועט אַוודאי טרעפן אין די רשימה כאָטש עטליכע פון זיינע באַקאַנטע רבנים און אדמורי"ם וואָס זענען ביי איהם חשוב און באַגלייבט, און אַפילו די וואָס האָבן זיך ביז יעצט אָפּגעהאַלטן פון עסן, וויסנדיג אַז עס האָט גרויסע חששות, וועט זיך שוין יעצט מאַכן אַ חשבון אַז אויב יענער גדול עסט עס, איז עס אַוודאי כשר למהדרין, און איך מעג עס זיכער עסן.
ד) אַז איינער וועט זיך טרויען צו עפענען אַ מויל אויסצוזאָגן דעם אמת, וועלען די דאָזיגע מחנו"ט עמלקים אַוודאי באַלד צוזאַמענשטעלן קול-קורא'ס, בריוו פון אַלע זייערע גדולים כו' (אומזיסטע קאָסטימערס) קעגן די שרייבערס מחרחרי ריב, און מה דאָך ביי די פּרשה פון חלב איז דאָס געטוהן געוואָרן, נישט קוקנדיג אויף דעם וואָס רוב גדולי ישראל זענען אַרויס קעגען די אנשי המחנו"ט, כל שכן ווען מען וועט האָבן אַ גרויסע רשימה מיט גדולים טריפה-עסערס (מסתם בשוגג) וואָס וועלן צוהעלפן צום קאַמפּיין, און מיט דעם וועט חלילה פאַרלאָשען ווערן דאָס לעצטע ביסל קול מחאה פון כלל ישראל, און אַריינכאַפּן די וואָס זענען נאָך ביז יעצט ניצול געוואָרען פון נבילות וטריפות.
זייער עזות גייט נאָך ווייטער. נישט גענוג וואָס עס ווערט געטוהן אַזאַ גרויסער פאַרברעכן צוליב די שחיטה ביזנעס פון די דאָזיגע רשעים קצבים יונגען, האָבען זיי די חוצפּה צו גרינדען אַ שנאָר קאַמפּעין אונטער אַ נאָמען פון אַ פאַלשען "וועד", אַז אַלע אידען זאלען העלפען און האָבן אַ חלק אין מאכיל טריפות זיין לטובת די ביזנעס פון די דאָזיגע קצבים עמלקים, וואָס האָבן שוין אַ רעקאָרד פון מאכיל זיין נבילות וטריפות חלב ודם במשך פון צענדליגער יאָרן, אונטערן מאַנטל פון "הכשרים" פון רבנים (וואָס זענען אַוודאי געוואָרן אונטערגעקויפט אויף ענליכע אופנים ווי זיי וועלן יעצט ווייטער טוהן אויף אַ גרויסען פאַרנעם). דאָס מיינט, אז אַפילו יחידים וואָס וועלן אפשר ווייטער נישט עסן, וועלן זיי אָבער צוהעלפן מכשיל זיין את הרבים מיט נבילות וטריפות, חלב ודם.
וואָס עס שוידערט אויף דאָס מערסטע איז דאס וואס עס איז שוין באַלד אַ וואָך זינט די מודעות זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן, און קיין שום מחאה איז נאָך נישט געהערט געוואָרן פון קיין איין רב. אַזאַ זאַך וואָלט געדאַרפט אויפשטורעמען די גאַנצע וועלט פון איין עק ביז דער אַנדערער, און עס זאָל זיך נישט איינשטילן ביז די יעניקע וועלן ווי געהעריק באַשטראָפט און אראפּגעריסן ווערן איין מאָל פאַר אַלע מאָל די פאַלשע מאַסקע פון זייער פּרצוף, און אַלע זאָלן וויסן אַז זיי זיינען נישט קיין מזכי הרבים, נאָר מאכילי נו"ט.
אין די פארגאנגענע וואכן (און מיר וועלען אי"ה ווייטער אַזוי טוהן אָן מורא) האבן מיר שוין געדרוקט און געשריבן וועגן דעם גרויסן חורבן וואָס די דאָזיקע אנשי מחנו"ט ברענגען אויפ'ן כלל ישראל, און דער גרויסער כח פון בעל-דבר וואָס צילט אַלע זיינע פיילן דווקא אויף כשרות, ווייל ער ווייסט גוט אַז דאָס איז דאס איינציגע געווער אָפּצוהאַלטן די גאולה הקרובה ע"י משיח צדקנו במהרה בימינו אמן.
מיר ווענדן זיך צו יעדן איד וואָס איז געשטאַנען אויפ'ן באַרג סיני ואשר נשמה באפו, נישט צוצולאָזען אַזאַ אומדערהערטע נבלה (וואָס איז שוין איבער די מאָס אַפילו בעקבתא דמשיחא, אַ דור פון עזות) און מיר זאָלען אַלע אין איינעם אָהן פּחד לאָזן הערן אונזער געשריי, יעדער וואו און וויפיל ער קען - אין שוהל, מקוה, משפּחה, קרובים, שכנים, חברים, ידידים, תלמידים, און אויך מפרסם זיין מודעות קעגען די מזיקים.
ווייטער וועלן מיר ברענגן אַ מעשה וואָס איז באַשריבען אין ספר "מנחת יהודה" ח"ד פון ספר נפש ישעי' על מאכלות אסורות, וועגן אַ איד אַ גרויסער גביר וועלכער איז נתגלה געוואָרען אַלס מאכיל טריפות.
פון דעם זעען מיר ווי דער בעל-דבר אַרבעט, וואָס כדי צו פאַרנאַרן תמימות'דיגע אידן קען ער אַריינכאַפּן אין זיין נעץ אידן בעלי צדקה מיט אַלע מעלות ומדות טובות שמנו חכמים, און צום סוף מאכט ער זיי פאר די גרעסטע מחטיאי הרבים אויסצושמד'ן כלל ישראל רח"ל, אָבער ביי די אויבנדערמאנטע מעשה האט זיך עס געהאַנדעלט אין איין שטאט, מאנהעטן, אָבער איצט רעדט זיך וועגן גאַנץ כלל ישראל, ווייל זייט נאָך דער צווייטער וועלט-קריג איז דער גאַנצער כלל ישראל אין אַמעריקע, ארץ-ישראל און אין אַנדערע מקומות, און די דאָזיקע מזיקים וועלן עס טוהן איבעראַל אין דער וועלט וואו עס איז נאָר דאָ אַ זכר פון ערליכע אידן, כדי עס זאָל חלילה נישט בלייבן אפילו איין ערליכער איד מיט אַ ריינע נישט-פאַרשטאָפּטע האַרץ, וואָס זאָל זיין גרייט אַרויסצוזאָגען מער דעם אמת אָפן, און כל-שכן זיך צו שלאָגן מיט די דאָזיקע קצבים-עמלקים אנשי המחנו"ט.
זאָלט איר, רשעים, וויסען אַז עס איז דאָ אַ באַשעפער אויף דער וועלט ואָס לאָזט נישט פאַרניכטן זיין וועלט. עס האָט אַ גרענעץ ביז ווי ווייט דער נסיון מעג גיין. מיינט נישט אַז די וועלט איז הפקר, און אַזוי ווי עס איז אייך געלונגען אַריינצוכאַפּן אין זאַק ערליכע אידען, שטעלענדיג אַ פּנים ווי אַ תמים, וועט אייך אויך געלונגען צו פאַרנאַרן דעם גאַנצען כלל ישראל, היו לא תהי', כי לא יטוש ה' עמו בעבור שמו הגדול והנורא!!!
נ.ב. אידן!!! לאָזט אייך נישט פאַרפירן פון שווינדלערס, און פאָלגט אויס און זייט געטריי צו דעם פּסק פון די אמת'דיגע מנהיגים גדולי הרבנים והצדיקים, אַז די היינטיגע בהמה-פלייש אין אַמעריקע, וואָס הייסט "למהדרין מן המהדרין" איז באמת נבילות וטריפות חלב ודם, און זייט זיך נישט מטמא די נשמות, האָט רחמנות אויף אייער פרוי און קינדערלעך.
המעוררים
המשך בעמוד הבא...