שחיטה דף הראשי -
SHCHITA HOME PAGE
KOSHER SLAUGHTER
משמרת השחיטה העולמי
שעל ידי ועד הכשרות
העולמי
נתייסד על ידי ועד הרבנים העולמי
Mismeres HaShechita International
A
Port Of The
Vaad Hakashrus
International
Founded By The
Vaad Harabonim
International
כאן תמצא בעז"ה כל הספרים וענינים על עניני שחיטה
דף 122 PAGE
משמרת השחיטה העולמי - Mismeres HaShechita International
תלחץ בכל מספר ותגיע לשער השמים
502 PAGES -
502 gimatria BASA"R
1
2
3
4
5
6
7
8
9
10
11
12
13
14
15
16
17
18
19
20
21
22
23
24
25
26
27
28
29
30
31
32
33
34
35
36
37
38
39
40
41
42
43
44
45
46
47
48
49
50
51
52
53
54
55
56
57
58
59
60
61
62
63
64
65
66
67
68
69
70
71
72
73
74
75
76
77
78
79
80
81
82
83
84
85
86
87
88
89
90
91
92
93
94
95
96
97
98
99
100
101
102
103
104
105
106
107
108
109
110
111
112
113
114
115
116
117
118
119
120
121
122
123
124
125
126
127
128
129
130
131
132
133
134
135
136
137
138
139
140
141
142
143
144
145
146
147
148
149
150
151
152
152
153
154
155
156
157
158
159
160
161
162
163
164
165
166
167
168
169
170
171
172
173
174
175
176
177
178
179
180
181
182
183
184
185
186
187
188
189
190
191
192
193
194
195
196
197
198
199
200
201
202
203
204
205
206
207
208
209
210
211
212
213
214
215
216
217
218
219
220
221
222
223
224
225
226
227
228
229
230
231
232
234
235
236
237
238
239
240
241
242
243
244
245
246
247
248
249
250
251
252
253
254
255
256
257
258
259
260
261
262
263
264
265
266
267
268
269
270
271
272
273
274
275
276
277
278
279
280
281
282
283
284
285
286
287
289
290
291
292
293
294
295
296
297
298
299
300
301
302
303
304
305
306
307
308
309
310
311
312
313
314
315
316
317
318
319
320
321
322
323
324
325
326
327
328
329
330
331
332
333
334
335
336
337
338
339
340
341
342
343
344
345
346
347
348
349
350
351
352
353
354
355
356
357
358
359
360
361
362
363
364
365
366
367
368
369
370
371
372
373
374
375
376
377
378
379
380
381
382
383
384
385
386
387
388
389
390
391
392
393
394
395
396
397
398
399
400
401
402
403
404
405
406
407
408
409
410
411
412
413
414
415
416
417
418
419
420
421
422
423
424
425
426
427
428
429
430
431
432
433
434
435
436
437
438
439
440
441
442
443
444
445
446
447
448
449
450
451
452
453
454
455
456
457
458
459
460
461
462
463
464
465
466
467
468
469
470
471
472
473
474
475
476
477
478
479
480
481
482
483
484
485
486
487
488
489
490
491
492
493
494
495
496
497
498
499
500
501
502
אוצר
היהדות העולמי
OTZER HYAHADUS HOILUMI
מאגר ספרי
שחיטה העולמי
The World
Shechita
Library
שחיטה אנציקלופדיה - Shechita Encyclopedia
The Laws of Shechita
מיסודו של הגה"צ רבי שלום יהודה גראס, כ"ק מרן אדמו"ר מהאלמין שליט"א
Rabbi Sholom Yehuda Gross, the head of the Rabbinical court of Holmin
לקבלת ""קובץ ספרי שחיטה המובהקים" 16 כרכים בחינם: - לרבנים, מנקרים, שוחטים, בודקים, ומנקרים, וכוללים,
נא להתקשר למנהל "חברה מזכי הרבים
העולמי" הרב אברהם ווייס, בבית המדרש "עטרת ישעיה" האלמין
רחוב נחל לכיש 24/8
- רמת בית
שמש ארץ ישראל
011 972 548 436 784
המשך מעמוד הקודם...
דאָס זעלבע האָט זיך אָפגעשפילט אין שנת תשל"ג ווען דער האלמינער רב שליט"א איז אַרויס קעגן די שחיטה.
עס זענען אַרויסגעשיקט געוואָרען זיבען בריוו צו צוואָנציג רבנים, קהילות, און בוטשער סטאָרס פון פאַרשידענע קהילות, ובפרט פון קהילת סאַטמאַר.
ער האָט מגלה געווען גרויסע סודות וואָס טוט זיך ביי די שחיטה און ער האָט אַרויסגעשיקט בריוון אונטער פאַרשידענע נעמען.
ווי איז דאס באַוואוסט געוואָרען אַז דער האלמינער רב האָט אַרויסגעשיקט די בריווען?.
א. אזוי ווי זיי האָבען געזען אַז עס איז נתגלה געוואָרען אַלע סודות וואָס גייט פאָר, און פונקטליך ווען יעדער שוחט פאָרט און קומט, וויפיל טראָקס עס קומען אַריין, וויפיל באַקסעס עס איז דאָ אויף אַ טראָק, ווען די שוחטים פאָרען, און ווען זיי קומען, און אַזוי ווייטער, האָבען די שוחטים פאַרשטאַנען אַז דאָס קען נאָר זיין אַן אייגענער שוחט, און ווי עס קוקט אויס האָבען זיי נישט געטראָפען קיין אַנדערען ערליכען שוחט אויף וועמען חושד צו זיין, על כן האָבען זיי מחליט געווען אַז דאָס איז טאַקע דער האלמינער רב וואָס איז געווען שוחט און האָט זיך אַ סאַך מאָל אָפּגערעדט אויף די שחיטות. (עס זעט אויס אַז ער איז נישט געווען קיין שותף אין די ביזנעס, ממילא האָט ער געקענט אַרויס גיין אַ קעגן די מאכילי טריפות).
וואָס האָבען די שותפים של עמלק געטוהן?.
1. זיי האָבען אָנגעפאַנגען אַ גאַנצע מלחמה פון לשון הרע קעגען דעם האלמינער רב.
2. זיי האָבען אים געמאַכט פאַר אַ שונא פון רבי'ן זצ"ל.
3. זיי האָבען אים געמאַכט פאַר אַ שונא פון גאַנץ קהילת סאַטמאַר, כאָטש ער האָט נישט געמיינט, נאָר וויינשטאקס מאסען שחיטה, וועלעכע די גבאים פון סאטמער רבין האבן דאס צוליב ביזנעס, אריינגעברענגט אין סאטמער בוטשער סטאר (זעה ווייטער דעם בריוו פון התאחדות הרבנים א קעגען די שחוטי חוץ).
4. דעם זעלבן סיסטעם מיט לשון הרע'ס האבען זיי אנגעפאנגען קעגן יעדן רב וואס האט פראטעסטירט קעגן די מאסען שחיטה'ס.
5. דער האלמינער רב האט זיך אבער נישט דערשראקען פון דעם געוואלדיגען טעראר וואס עס איז געווען קעגען איהם נאר אזוי ווי עס איז ממש געווען א סכנה מען זאל אים ח"ו הארגענען האט ער געמופט קיין בענזענהויז, און ער האט זיי געלאזט וויסען דאס ער האט שומרים פון די "ריכטיגע" איטאליענער חברה, און אויב זיי וועלען עפעס זיך וואגן צו טוהן, וועט זיי זיין ביטער. דער מעטאד האט געהאלפן און זיי האבן טאקע געציטערט.
6. עס איז כדאי צו דערמאנען וואס דעמאלטס בשעתו האט דער קלויזנבורגער רבי שליט"א געזאט ביי א דינער פאר זיין האספעטעל (ווי עס איז געווען עטליכע הונדער רבנים פון גאנץ א"י), און ער האט דערציילט די מעשה אז א שוחט איז ארויס געקומען און ער האט מגלה געווען די סודות וואס עס גייט פאר ביי די שחיטה, און אז אלע אידן אין אמעריקא ווערן אנגעפיטערט מיט נבילות וטריפות א.ד.ג. און ער האט דערציילט דאס דער האלמינער רב האט געמוזט אנטלויפן ווייל די חברה האבן אים געוואלט הרגענען, האט זיך אנגערופען דער קלויזנבורגער רבי, "אבער איך האב שוין א ווייסע בארד און האב שוין קיין מורא פאר זיי.
7. דער האלמינער רב האט בשעתו ארגאניזירט א וועד הכשרות דהתאחדות הקהילות וואס איז געווען אונטער די השגחה פון דעברעצינער רב שליט"א, וואס יארן שפעטער האט מען געסטראשעט דעם דעברעצינער רב, אז אויב ער וועט נישט אויפגעבען וועט מען איהם הרג'ענען. צו סוף האט ער נישט געהאט קיין כוח קעגען שטיין דעם טעראר און ער האט געמוזט אויפגעבען.
אבער ווער עס פאלגט נאך דעם מדריך הכשרות וואס איז דעמאלטס בשעתו ארויסגעגאנגען, וועט זעהן גענוג קלארע פאקטן וואס די מחריבי הדת האבן אלץ אפגעטוהן כלומרשט אונטערן דעקמאנטעל פון סאטמער.
8. אויך האט דער האלמינער רב ארויסגעגעבען צענדליגער ספרים וועגן עניני שחיטה וואס דארט איז ער מבאר אלע ענינים בכובד ראש.
9. ער האט אויך ארויסגעגעבען ספרים וועגן דער שחיטה צוזאמענגעקליבען פון איבער טויזנט ספרי שו"ת וכדומה וואס רעדען ארום וועגן די מכשולות פון שחיטה, און ווי אזוי עס דארף אויסזעהן א כשרע שחיטה.
10. עס איז באקאנט די מורא'דיגע מעשה וועגן 5 שוחטים פון עמפאיער כשר זענען נעבעך אוועק ביי דעם קאר עקסידענט, ווען א טראק האט אריינגעהאקט אין זייער קאר, איז ארגאניזירט געווארן א הספד. דער הספד איז פארגעקומען אין בית יעקב.
דער דעברעצינער רב שליט"א האט געדונערט ביי די דרשה ער האט געזאגט אז עס איז א צייכען מן השמים, אז די 5 שוחטים זענען אוועק, צוליב דעם, ווייל מען גיט נישט אכטונג אויף די חמשה הלכות שחיטה. און ער האט געזאגט מיט א וויינענדיגען קול, אז ווער עס האט געגעסען פון די גרויסע שחיטות וואס מען שעכט 900 און 1000 עופות איין שוחט אין איין שעה זאל מען כשר'ן די כלים. און אויך דעם בויך וואס מען האט דאס אריינגענומען אין זיך, דער עולם האט שטארק געוויינט ווען מען האט געהערט די דרשה.
נאך די דרשה איז געבליבען דארט א היבש ביסל מענטשען פרעגן דעם האלמינער רב פארשידענע שאלות וואס צו טוהן ווייטער וועגען די עופות, און אנדערע מאכלים, מען זאל ווייטער נישט נכשל ווערן.
בתוך הדברים האט דער האלמינער רב זיי דעמאלטס דערציילט עטליכע אינטערעסאנטע עפיזאדען:
1. די לעצטע פיר וואכן האב איך געהאט עטליכע אסיפות מיט עטליכע פון די שוחטים וואס זענען נעבעך אוועק, דער האלמינער רב האט זיי געבעטן דאס זיי זאלן מאכן אן אפמאך אלע שוחטים אינאיינעם אז זיי ווילן נישט שעכטן מער ווי 600 עופות, איין שוחט, אין איין שעה.
די שוחטים האבן געזאגט אז זיי האבן מורא זיי וועלען פאלירן די פרנסה, זיי וועלען זיכער נישט מצליח זיין, און אויב זיי וועלען פאלירן די פרנסה וואס וועלען זיי טוהן? פון וואו וועלען זיי נעמען פרנסה. [דער אמת איז אז א שוחט איז גאנץ אנדערשט ווי א סתם איד וואס ארבעט אין א פעקטארי אדער אין א ביזנעס; א סתם איד קען גיין צו יעדער ארבעט, אבער א שוחט וואס הייסט א כלי קודש, פיהלט ער אז קען נישט טוהן אבי וואס].
זיי האבן נעבעך געוואלט, אבער זיי האבן נישט געהאט קיין אונטערשטיצונג פון א רב המכשיר דאס מען זאל זיך קענען פאר אים אפרעדען אז מען טאר נישט און מען קען נישט שעכטן אזויפיהל וכו', און דער רב זאל נאך אויך וועלען מתקן זיין, ווייל דער סדר בדורינו מיט די רבנים המכשירים, אז אויב איין רב וועט זאגן אז עס איז נישט כשר וועט קומען מארגן א צווייטער רב און געבען א הכשר, און דער רב אליין ציטערט פאר דעם.
2. דער האלמינער רב דערציילט ווייטער (נדפס בס' סיפורים נוראים ונפלאים ח"ב):
איך וועל אייך פארציילן א מורא'דיגע מעשה וואס איך האב געהערט פון הגה"צ מקלויזענבורג שליט"א [זצ"ל], וז"ל:
אין יאָר תשל"ו, איידער איך האָב אַרויסגעגעבן דעם "מדריך לכשרות" נומער 14, וואָס דאָרט האָט זיך אָנגעפאַנגען די מורא'דיגע היסטאָריע פון אַנטפּלעקן די סקאַנדאַלן וואָס עס קומט פאָר ביי די שחיטה, נאָך דעם וואָס איך האָב שוין גערעדט כמעט מיט אַלע רבנים פון התאחדות הרבנים אַז זיי זאָלן זען מתקן צו זיין די שחיטה, האָב איך געהערט אַז דער קלויזנבורגער רבי איז אַ גרויסער מומחה אין עניני שחיטה. בין איך אַריבער מיט אַ בנש"ק (וואָס איז אויך אַ מומחה אין שחיטה) צום קלויזנבורגער רבי'ן זצ"ל.
בשעת מיר זיינען אַריינגעקומען, פרעגט אונז דער רבי, וואָס איז אונזער באַגער, האָבן מיר געענטפערט אַז מיר זיינען געקומען איבערשמועסן דעם מצב הכשרות וועגן די סקאַנדאַלן וואָס קומען פאָר ביי די שחיטה.
האָט דער רבי אונז באַלד געזאָגט, אַז אויב אין שנת תשל"ו זענען נאָך דאָ צוויי יונגעלייט וואָס עס טוט זיי וויי אַז מען פיטערט דעם כלל ישראל מיט נבילות וטריפות, מעג שוין משיח קומען.
און אַזוי האָב איך אָנגעפאַנגען צו דערציילן פאקטן וואָס עס טוט זיך ביי די שחיטה. מיר האָבן גערעדט וועגן כל מיני שאלות ותשובות וואָס עס האָבן זיך אָפּגעטוהן אין אַלע דורות אין מצב פון די שחיטות. דער קלויזנבורגער רבי האָט געוואוסט וועגן צענדליגער שחיטה ספרים וואָס ברענגען אַראָפּ אַלע מיני מעשיות, וואָס מיר איז דאָס מערסטע דערפון געווען באַקאַנט.
און אַזוי האָב איך דערציילט דעם רבי'ן פאַרשידענע מעשיות. ער איז מיט גאָרנישט געווען הינטערשטעליג, און האָט אונז געזאָגט, אַז ער שרייט שוין 30 יאָר אַז מען עסט זיך אָן אין אַמעריקע מיט נבילות וטריפות. אויך האָט ער צוגעלייגט אַז אין דער אַלטער היים אין קלויזנבורג פלעגט ער לויפן צו די שחיטה דריי מאָל אַ טאָג, ווייל ער האָט געציטערט ווער ווייסט וואָס די שוחטים טוען ווען ער איז נישט דאָרט. אויך האָט ער צוגעלייגט, אַז דער הייליגער חתם סופר פלעגט דאָס זעלבע טוהן, ווי ער שרייבט אין די תשובה (יו"ד סימן י"ח) אַז ער פלעגט גיין עטליכע מאָל אַ טאָג צו די שחיטה, און כל שכן ווי מיר דאַרפן זיין געוואָרנט, ווייל דער בעל דבר איז עלטער געוואָרן, און ווייסט שוין מער אופנים ווי אַזוי צו מאכיל זיין טריפות אויף אגרויסן פארנעם.
דער קלויזנבורגער רבי האָט אונז געזאָגט: איך וועל אייך דערציילן אַ מעשה וואָס איך האָב אליין בייגעוואוינט אין דער שטאָט בערלין.
ומעשה שהיה כך היה:
עס איז געווען אַ איד וואָס האָט געהייסן ימיש דער שוחט. דער ימיש איז געווען אַ איד אַ גרויסער ירא שמים, ער איז געווען דער איינציגער וואָס האָט געהאַט קבלה אויף שחיטות פון הייליגן גאָרליצער זיידן זי"ע. דער רבי האָט צוגעלייגט, אַז אויב דער זיידע האָט איינעם געגעבן קבלה אויף שחיטה, וואָס דאָס איז געווען די ערשטע און די לעצטע קבלה וואָס ער האָט געגעבן אין זיין גאַנץ לעבן, קען מען זיך שוין פאָרשטעלן ווי אַזוי דער שוחט האָט געמוזט אויסזען.
ימיש דער שוחט איז געווען דער שוחט פון גאָרליצער רב זי"ע, און אויב דער גאָרליצער רב האָט געגעסן פון זיין שחיטה, האָבן שוין אַלע צאַנזער חסידים מדקדק געווען צו עסן בלויז פון זיין שחיטה.
ויהי היום: עס האָבן געוואוינט אין דער שטאָט בערלין אַ סאַך צאַנזער חסידים, און זיי האָבן נישט געוואָלט עסן נאָר פון דעם שוחט ר' ימיש. עס איז אָבער געווען זייער שווער ביז זיי האָבן באַקומען די פליישן, און וואו צו האַלטן. עס זענען דעמאָלט נישט געווען די באַקוועמליכקייטן פון פריזערס ווי היינט. האָבן די גאָרליצער חסידים אַלץ געפּלאַנט ווי אַזוי צו ברענגען דעם שוחט ימיש קיין בערלין.
האָט דער אויבערשטער געהאָלפן אַז איין שוחט האָט (צוליב געזונטהייט) אויפגעגעבן די שחיטה אין די שטאָט בערלין, און די חסידים האָבן אָנגעטראָגן פאַר דעם שלאַכט הויז אַז אַזוי ווי זיי האָבן גאָר אַ חשוב'ן שוחט, און אויב מען וועט האָבן דעם דאָזיגן שוחט וועט מען מיט זיין נאָמען קענען פאַרקויפן פלייש איבעראל, ווייל זיין נאָמען איז איבעראל באַוואוסט.
דער בעל הבית האָט באַלד מסכים געווען, און מען האָט שוין באַשטעלט ימיש'ן.
דער שוחט איז אָנגעקומען, און מען האָט באַלד גערופן אַן אסיפה מיט'ן בעל הבית. דער בעל הבית האָט אים באַלד געפירט אין שלאַכט-הויז, ער זאָל זען די שחיטה.
די שחיטה איז געווען אין זייער אַ ריזיגן פאַרנעם. מען האָט דעליווערט סחורה מיט וואַגאָנען איבעראל. דער שוחט האָט באַלד געזען אַז די שחיטה איז צו שנעל, האָט ער געזאָגט אַז ער קען נאָר שעכטן אַזוי ווי אין זיין שטאָט. דער בעל הבית האָט באַלד מסכים געווען. נאָך דעם האָט ימיש געהאַט טענות, אַז אַזוי ווי דעמאָלט איז אַרויס אַ געזעץ אַז מען זאָל אויפבלאָזן די לונג (ריאה) מיט אַ מאַשין צוליב קראַנקהייטן און אים איז דאָס נישט געפאָלן, ווייל מיט אַ מאַשין קען מען אַ סאַך מאָל אויפבלאָזן צו שטאַרק. דער בעל הבית האָט אים דאָס אויך נאָכגעגעבן (כאָטש די דאָקטוירים האָבן נישט מסכים געווען דערצו), און מען האָט אים צוגעזאָגט אַ שיינע פּרנסה, און אַזוי האָט דער שוחט ר' ימיש אָנגענומען די שחיטה.
דער שוחט ר' ימיש האָט געדארפט אָנפאַנגען שעכטן דינסטיג אינדערפרי 7 אזייגער, יום שנכפּל בו כי טוב.
עס קומט דינסטיג פרי 7 אזייגער, דער שוחט איז נישט דאָ! עס ווערט 8 אַזייגער, דער שוחט איז נישט דאָ! עס ווערט 9 אזייגער, דער שוחט איז נאָך אלץ נישט דאָ! און דאָ שטייען הונדערטער גוים ארבעטערס וואָס ווארטן אויפן שוחט ער זאָל שעכטן, אָבער ער קומט נישט אָן.
דער בעל הבית איז געקומען צו פאָרן צום שוחט זען וואָס דאָ איז געשען. ער האָט געמיינט אַז דער שוחט איז פאַרשלאָפן, אָבער עפּעס האָט פּאַסירט.
דער בעל הבית קומט אַריין צום שוחט מיט אַ וויי-געשריי!!! היתכן? אַלע אַרבעטער ווארטן און ווי קען מען אויפהאלטן אזא ריזיגע פאבריק וואו עס ארבעטן הונדערטער מענטשן?
דער שוחט רופט זיך אָן צום בעל הבית, טייערער בעל הבית, איר ווייסט נישט וואָס עס האָט מיר פּאַסירט. איך שטיי אויף אינדערפרי פונעם שלאָף און די רעכטע האַנט איז מיר גענצליך געשטאָרבן ל"ע, ממש געלעמט. איך פיל נישט גארנישט אין די האנט, איך ווייס נישט וואָס דאָס איז.
דער בעל הבית איז באלד געפאָרן מיט ר' ימישן צום גרויסן שפּיטאָל אין זייער געגנט, און מען האָט גענומען די גרעסטע דאקטוירים. אויך האָט מען באשטעלט די בעסטע דאקטורים פון איבעראל. געלט האָט נישט געשפּילט קיין ראָלע. די דאקטוירים האבן נאכן באטראכטן דעם שוחט, באלד מחליט געווען אַז זיין קערפּער פאנגט אן צו פוילן, און מען מוז באלד אָפּשניידן די גאַנצע האַנט, ווייל אויב נישט וועט דער גאנצער קערפּער אָפּפוילן ל"ע.
דער שוחט ר' ימיש פאַרעקשנ'ט זיך און וויל בכלל נישט פאָלגן די דאקטוירים. ער זאָגט אַז ער האָפט אַז עס וועט זיך מיט השי"ת'ס הילף אויסהיילן. אַזוי איז ר' ימיש געזעסן אין האָספּיטאַל דריי וואָכן. די גאנצע שטאט איז אים געגאנגען מבקר חולה זיין, ביז מען האָט אים נישט געקענט גארנישט העלפן, און ר' ימיש איז אַהיים געגאַנגען.
די גאנצע געגנט איז יעדן טאג געגאנגען צו ר' ימיש דעם שוחט מבקר חולה זיין. ר' ימיש איז געווען זייער צוגעלייגט צוליב די האנט, אָבער ער האָט דאָס נישט ארויסגעוויזן פאַר די מענטשן, ער האָט זייער שיין מקבל פּנים געווען אלע מענטשן, אלע קינדער פון די געגנט זענען אים אויך געגאנגען כסדר מבקר חולה זיין. אַזוי זענען אדורך אַ פּאָר וואָכן.
אין אַ שיינעם דינסטאָג צופרי שטייט אויף ר' ימיש און די האַנט איז געזונט געוואָרן. דער עולם פרעגט אים, וואָס איז געשען? דערציילט ר' ימיש די פאָלגנדע זאַך: אינמיטן די נאַכט פון יענעם דינסטאָג איידער ער האָט געדאַרפט אָנפאַנגען צו שעכטן איז זיין רבי, ר' ברוך גאָרליצער, געקומען צו אים אין חלום און האָט אים געפרעגט:
"ימיש! דו האָסט אָנגענומען צו זיין שוחט אין בערלין???!"
האָט ר' ימיש געענטפערט: "יאָ, רבי. איך האָב אָנגענומען די שחיטה, אָבער איך האָב זיך אויסגענומען די און די פּרטים און תקנות ווי אַזוי איך וועל שעכטן!!!".
דער הייליגער גאָרליצער רבי זי"ע פרעגט אים ווייטער: "ימיש, דו ווייסט אַז אפילו אויב דו וועסט שעכטן אַזוי ווי דו ווילסט, וועט אָבער דער בעל הבית פאַרקויפן גאַנצע וואַגאָנען מיט פלייש וואָס דו האָסט קיינמאָל נישט געשאָכטן?!" און דער גאָרליצער רבי גיט אים, ר' ימישן, די האַנט, און ימיש כאַפּט זיך אויף, די האַנט איז טויט ל"ע.
איצט האָט ימיש ווייטער דערציילט:
"היינט, אינמיטן דער נאַכט, איז נאָך אַמאָל געקומען דער הייליגער גאָרליצער רב צו מיר אין חלום און פרעגט מיך: "ימיש, דו וועסט נאָך זיין שוחט אין בערלין???". האָב איך זיך אָנגערופן צום רבי'ן: "רבי, איך וועל מער נישט אָננעמען דעם פּאָסטן. רבי, איך האָב נישט געוואוסט אַז איך טו אַ פעלער", און איך האָב אָנגעפאַנגען צו וויינען פאַר'ן רבי'ן ער זאָל זען מיין האַנט זאָל אויסגעהיילט ווערן פון די לעמונג ל"ע".
דער רבי האָט אים נאָך אַמאָל געפרעגט: "ימיש, דו וועסט מער נישט זיין קיין שוחט אין בערלין???". רופט זיך נאָך אַמאָל אָן דער שוחט: "ניין, איך וועל מער נישט זיין קיין שוחט".
דער גאָרליצער רב גיט אים די האַנט: "אויב אַזוי, זיי מיר געזונט".
דער שוחט האָט זיך אויפגעוועקט, די האַנט איז ב"ה אינגאַנצן געזונט.
דער קלויזענבורגער רבי האָט אויסגעפירט: זעט איר, טייערע קינדערלעך, דאָס איז געווען אין מיין צייט, איך האב געזען דעם שוחט מיט די געלעמטע האַנט, און דערנאָך מיט די געזונטע האַנט, און עס זענען נאָך היינט דאָ אַ סאַך אידן וואָס לעבן נאָך און האָבן געוואוינט מיט אים אין איין הויף און געדענקען נאָך גוט די מעשה.
אָבער וואו נעמט מען היינט אזעלכע רבי'ס, וואָס עס איז שוין געווען אַ סאַך יאָרן נאָך זיין פּטירה און פונדעסטוועגען האָט ער געהאַט אַ כח אַראָפּצוקומען אויף דעם עולם און אכטונג געבן אַז אַ שוחט וואָס האָט זיין קבלה זאָל ח"ו נישט זיין א גורם פאַר אַ ציבור אידן זאלן עסן טריפות.
דער קלויזענבורגער רבי האָט מסיים געווען, איך שריי שוין 30 יאר אַז אידן אין אמעריקע עסן אידן זיך אָן מיט נבילות וטריפות. השי"ת זאָל זיך שוין מרחם זיין, דער גואל צדק זאָל שוין קומען, אמן.
נאך דעם ווען דער האלמינער רב האט פארענדיגט פארציילן די מעשה מיט ר' ימיש דעם שוחט, איז דארט געשטאנען הר"ר יוסף קויפמאן שליט"א וואס ער איז געקומען מאכן טעיפס און ער האט אלעס דעמאלטס אויפגעחאפט אויף טעיפס וואס איז דא עד היום צובאקומען.
און ר' יוסף רופט זיך אן, איך בין אויך דארט געווען אין בערלין, איך האב געוואוינט אין שכנות פון דעם שוחט ר' ימיש, מיין טאטע האט מיך מיטגענומען צו איהם אין האספעטעל מבקר חולה זיין, איך בין א סאך מאל געווען ביי איהם אין שטוב מיט מיין טאטן מבקר חולה זיין, ווען די האנט איז געווען געלעמט, און איך געדענק ווען די האנט איז געזונט געווארן, ממש תחיית המתים.
דער עולם איז דעמאלט געוואר געווארן וואס דאס מיינט א מאסען שחיטה, און ווי דער בעל דבר פארפירט דעם עולם.
10. שפעטער זענען ארויס געקומען צענדליגער רבנים גאוני ומאורי ישראל די אמתע ערליכע רבנים, (ועי' תולדות יעקב יוסף פ' וישב באריכות החילוק) און האבען געדונערט ביי זייערע דרשות וועגן די כשרות פון די עופות מיט בשר בהמה איבער גאנץ אמעריקא. צענדליגער רבנים זענען טעראריזירט געווארן מיט די גרעסטע טעראר, אבער די אמתע רבנים האבן זיך נישט דערשראקן, וואויל איז זיי בזה ובבא.
המשך בעמוד הבא...