שחיטה דף הראשי -
SHCHITA HOME PAGE
KOSHER SLAUGHTER
משמרת השחיטה העולמי
שעל ידי ועד הכשרות
העולמי
נתייסד על ידי ועד הרבנים העולמי
Mismeres HaShechita International
A
Port Of The
Vaad Hakashrus
International
Founded By The
Vaad Harabonim
International
כאן תמצא בעז"ה כל הספרים וענינים על עניני שחיטה
דף 127 PAGE
משמרת השחיטה העולמי - Mismeres HaShechita International
תלחץ בכל מספר ותגיע לשער השמים
502 PAGES -
502 gimatria BASA"R
1
2
3
4
5
6
7
8
9
10
11
12
13
14
15
16
17
18
19
20
21
22
23
24
25
26
27
28
29
30
31
32
33
34
35
36
37
38
39
40
41
42
43
44
45
46
47
48
49
50
51
52
53
54
55
56
57
58
59
60
61
62
63
64
65
66
67
68
69
70
71
72
73
74
75
76
77
78
79
80
81
82
83
84
85
86
87
88
89
90
91
92
93
94
95
96
97
98
99
100
101
102
103
104
105
106
107
108
109
110
111
112
113
114
115
116
117
118
119
120
121
122
123
124
125
126
127
128
129
130
131
132
133
134
135
136
137
138
139
140
141
142
143
144
145
146
147
148
149
150
151
152
152
153
154
155
156
157
158
159
160
161
162
163
164
165
166
167
168
169
170
171
172
173
174
175
176
177
178
179
180
181
182
183
184
185
186
187
188
189
190
191
192
193
194
195
196
197
198
199
200
201
202
203
204
205
206
207
208
209
210
211
212
213
214
215
216
217
218
219
220
221
222
223
224
225
226
227
228
229
230
231
232
234
235
236
237
238
239
240
241
242
243
244
245
246
247
248
249
250
251
252
253
254
255
256
257
258
259
260
261
262
263
264
265
266
267
268
269
270
271
272
273
274
275
276
277
278
279
280
281
282
283
284
285
286
287
289
290
291
292
293
294
295
296
297
298
299
300
301
302
303
304
305
306
307
308
309
310
311
312
313
314
315
316
317
318
319
320
321
322
323
324
325
326
327
328
329
330
331
332
333
334
335
336
337
338
339
340
341
342
343
344
345
346
347
348
349
350
351
352
353
354
355
356
357
358
359
360
361
362
363
364
365
366
367
368
369
370
371
372
373
374
375
376
377
378
379
380
381
382
383
384
385
386
387
388
389
390
391
392
393
394
395
396
397
398
399
400
401
402
403
404
405
406
407
408
409
410
411
412
413
414
415
416
417
418
419
420
421
422
423
424
425
426
427
428
429
430
431
432
433
434
435
436
437
438
439
440
441
442
443
444
445
446
447
448
449
450
451
452
453
454
455
456
457
458
459
460
461
462
463
464
465
466
467
468
469
470
471
472
473
474
475
476
477
478
479
480
481
482
483
484
485
486
487
488
489
490
491
492
493
494
495
496
497
498
499
500
501
502
אוצר
היהדות העולמי
OTZER HYAHADUS HOILUMI
מאגר ספרי
שחיטה העולמי
The World
Shechita
Library
שחיטה אנציקלופדיה - Shechita Encyclopedia
The Laws of Shechita
מיסודו של הגה"צ רבי שלום יהודה גראס, כ"ק מרן אדמו"ר מהאלמין שליט"א
Rabbi Sholom Yehuda Gross, the head of the Rabbinical court of Holmin
לקבלת ""קובץ ספרי שחיטה המובהקים" 16 כרכים בחינם: - לרבנים, מנקרים, שוחטים, בודקים, ומנקרים, וכוללים,
נא להתקשר למנהל "חברה מזכי הרבים
העולמי" הרב אברהם ווייס, בבית המדרש "עטרת ישעיה" האלמין
רחוב נחל לכיש 24/8
- רמת בית
שמש ארץ ישראל
011 972 548 436 784
המשך מעמוד הקודם...
מכתב י'
כתיב בתורה הק' וכשלו איש באחיו. אצל בני ישראל כל אחד ערב בעד חבירו, כמו שאמרו חז"ל (שבועות ל"ט) כל ישראל ערבים זה בזה. אבל זהו דוקא בסתם בני אדם, אבל רב ואב"ד שיש לו השפעה על הציבור, הוא ערב בעד כל הציבור, ואם יש לו השפעה גדולה יותר, הוא ערב בעד כל ישראל.
וע"ז נאמר כי רבים חללים הפילה ועצומים כל הרוגי', דהרבה בני אדם נשרפה נשמתן רח"ל ע"י שלא השגיח עליהם לעוררם לתשובה וללכת בדרכי ישרים. ובגמרא איתא ועצומים כל הרוגי' זהו תלמיד חכם וכו', דאם שותק ואינו מוכיח את בני אדם כפי יכלתו, נקרא רוצח נפשות רח"ל.
וישמע חכם ויוסיף לקח, שבעוה"ר לא די שהרבנים אינם מוכיחים את בני ישראל להשגיח על כשרות המאכלים ושאר מכשולים, עוד הם מוסיפים חטא על פשע שמכשירים את המוצרים האלה, והם אומרים וכותבים שהמאכלים כשרים למהדרין וכו'. ולגמרי שוכחים מאמר הכתוב וחוטא אחד יאבד טובה הרבה, ומכן שכן אם שוחטים 1380 עופות לשעה, ובכל עוף שייך חמש הלכות שחיטה, וכמה רעות ל"ע יוצאים מזה כידוע.
ועל זה יש להמליץ מאמר הכתוב וחוטא אחד יאבד טובה הרבה, דלפעמים נדמה שהוא רק אחד, אמנם מחטא אחד יכולים להשתרש מאות ואלפים עוונות רח"ל, כגון אם כותבים בעתון ("דער איד" ודומי') שהמאכל הוא "כשר למהדרין", ועי"ז יאכלו כמה בני אדם ממאכל הוא, על זה נאמר וחוטא אחד יאבד טובה הרבה, דלא די לו במה שחוטא לעצמו, אלא שמאבד טובה הרבה, שציבור גדול יאכל את המאכל ההוא.
אנו מוצאים בתוה"ק בחטא של דור המבול, דאעפ"י שחטאו בע"ז ג"ע ש"ד, לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל. וא"כ מה תענו ליום הדין האיום והנורא, שכל אחד מישראל יאמר שכתוב בתורה הקדושה מפני שיבה תקום וכו', וגם אמרו חז"ל (ר"ה כ"ה ע"א) אין לך אלא כהן שבימיך, ויאמרו שכל האשמה תלוי' על הרבנים הרוצחים הפושעים שגרמו שנאכל נו"ט רח"ל כל ימי חיינו, ולא עוד אלא שכתבו שכל המאכלים של קהילות אחרות כולם טריפה, רק המאכלים של קהילותינו כשרים למהדרין...
רבוש"ע, אתה יודע רזי עולם ותעלומות סתרי כל חי, וגלוי לפניך האמת לאמיתו איך שבשנות הזעם מסרנו את נפשינו בגעטאָ לאכול רק מה שכשר בתכלית ההידור, וכמו שידוע לכל. וכעת, אחרי שבאתי לכאן בחסדי ה', מה הי' לי לעשות יותר מזה שידעתי שהכל הולך תחת החותמת של התאחדות הרבנים, ושבתי מרדכי אומר על כל דבר שאדמו"ר שליט"א אמר כך, ומן הסתם רבינו אינו יודע מזה וכו'. וכשיעמדו לפני בית דין של מעלה יאמרו, רבש"ע, אתה דיין אמת, איך תוכיח אותנו על זה שאכלו מאכלים שלא היו כשרים, האם הי' איזה רב או מוכיח שיאמר לנו שאסור לאכול, הלא הם אמרו לנו רק מאכל זה תאכל. ואז יפתחו כל שבעה מדורי גיהנום וכף הקלע אשר לשם זורקים הנשמה מסוף העולם ועד סופו, ויאכלו את כל מנהיגי השקר ששפכו דמם של ישראל בעוה"ר.
איר זאלט וויסן אַז מיר ווייסן, און נישט נאָר אונז, נאָר גאַנץ ישיבת לעיקוואוד און מאָנסי ווייסן אַלעס, און מיר האָבען שוין אַלע פרטים ווי מיר וועלן באַלד אַראָפּשרייבן אַלעס, און כש"כ אין הימל איז אַלעס נישט קיין סוד, ווי די חז"ל זאגן "עין רואה ואוזן שומעת" וכו', און אויב איר וועט נישט שוין מתקן זיין וועט אַחוץ דעם וואָס מיר וועלען אַריינשיקען צו אַלע אידען בפרטיות, אַזוי אַז יעדער איינער זאָל וויסן וואָס עס גייט פאָר.
ליידער איז נתקיים געוואָרען דער מאמר חז"ל הצדיק אבד ואיננו ואין איש שם על לב. עס זענען אוועקגעריסן געוואָרען פון אונז ר' ליפא פרידמאַן ע"ה, פאר אים האָט מען געקענט אַראָפּלייגן אזא זאך, און ער האט אפילו געוואלט מתקן זיין א סאך בנוגע צו די שחיטה.
אויך איז ליידער הצדיק הקדוש ר' יחזקאל'ע מערץ זי"ע נסתלק געוואָרען בעון הדור. ווער רעדט נאך פון דעם וואס ליידער אזוי פיל יונגע מענטשען, תינוקות של בית רבן, גייען אוועק פון דער וועלט יונגערהייט רח"ל. און וויפיל קינדער גייען נעבעך אַרויס לתרבות רעה, אַלעס צוליב דעם שרעקליכן בראך פון מאכלות אסורות.
אָבער ליידער האָט דאָס שוין צו ווייט באַרירט, אַז אַפילו כ"ק אדמו"ר מסאַטמאַר – זאָל דערלעבן משיח'ן – ווילט איר אויך פאַרפירען רח"ל. מיר וועלן דאָס נישט צולאָזן ביז דער גאַנצער עולם וועט אויפהערן צו עסן פלייש, און מיר וועלן נישט שטילשווייגן אויב ביז פרשת ואתחנן וועלען מיר נישט הערען וואָס מ'גייט מתקן זיין.
נשארנו כצאן בלי רועה, אין מי שיגדור גדר ויעמוד בפרץ. מיר דאַרפען האָבען אַ געזונטען צדיק הדור. יומם ולילה פאַרגיסען מיר טרערען אויף אריכות ימים ושנים פון כ"ק אדמו"ר שליט"א, און איר טוט פונקט דאס וואס עס שטייט אין די הקדמה פון ספה"ק ויואל משה מיטען פרוכת פון צאַנז וכו', אז דער צאנזער רב זי"ע האט געזאגט באמת איז דער בית המקדש שוין פארטיג און אלעס איז געווען גרייט פאר די גאולה, נאר דער פרוכת איז נאכנישט פארטיג. האט זיך אנגערופן איינער פון די אנוועזנדע (הרה"ק רבי יהושע מטאמאשוב זי"ע, אויב אזוי, פארוואס ענדיגט נישט דער רבי דעם פרוכת מיט זיינע מעשים טובים? האט דער צאנזער רב געענטפערט, באמת האב איך עס שוין יא געענדיגט, נאר עס איז געקומען א רשע און האט אפגעטוהן א גראבע עבירה, און מיט דעם ליידער צעריסן דעם פרוכת, ע"כ עיי"ש.
דאס זעלבע זעען מיר ליידער היינט, אז מיט דעם וואס מ'וויל נישט מאכן די געהעריגע תיקונים, ווערט נתעכב די גאולה, כאטש מ'האלט אין איין שרייען אז מ'ווארט אויף די אמת'דיגע גאולה שלימה.
ב"ה היינט דאַרפען מיר נישט אנקומען צו עדות פון גויים ערלים. מיר האָבן שוין עדות צוויי ערליכע יוגענטליכע פון לעיקוואוד וואָס מיר וועלען בל"נ מפרסם זיין זייערע נעמען בפומבי. מיר וועלן – עפ"י פקודת רבנים זקנים – זיין געצוואונגען מפרסם צו זיין דעם נאָמען פון די התאחדות הרבנים ביי די רעגירונג, און זיי וועלן שוין נעמען אַ פונקטליכען חשבון אויף דאָס וואָס איר לייקנט.
אויך זייער טענה אַז זיי אַרבעטן 2 שעה אין איין צי, איז נישט אמת, מען אַרבעט אפי' 4 שעה אין איין צי, וויא מיר וועלן ברענגען אַלע אינפאָרמאַציע פונקטליך. מיר צאָלן אויף דעם אַ סאַך געלט אַז מיר זאָלען קענען באַקומען אַלע פונקטליכע אינפאָרמאציע, און אויב איר זענט אמת'דיג אינטערעסירט צו וויסען, זאָלט איר זאָגען דעם שוחט ער זאָל שווערען אָדער געבן אַ הן צדק, און נאָך דעם וועט איר פרעגן גויים פון דאָרט אַליין, וועט איר אַלעס געוואָר ווערן.
אַזוי פיל זאָגן מיר אייך אַז אויב עס וועט נישט נעמען אַן עק דערצו, וועלן מיר מאכן אן עק, און הלוואי זאל נישט זיין אַ גרויסער חילול השם וואָס אין חולקין כבוד לרב במקום שיש חילול השם, און וואו איז נאָך פאַראַן אַ גרעסערער חילול השם ווי דאָס, אַז אידן שומרי תורה ומצוות זאָלען עסן טריפות.
עס איז דאָ נאָך איין עצה, אַז אויף שבתי מרדכי'ס פּלאַץ זאָל מען שטעלען קודם אַ יוד אַ בנן של קדושים, אַ חכם, נישט אַ פּאָסט טרעגער וואָס יעדער איינער ווייסט וואָס פאַראַ שייגעץ שטיק ער האָט אָפּגעטאָן, און אַז מען געט אים אַ פּאָר דאָלער מער, וועט ער אפילו מכשיר זיין אַ חזיר. וואו לייגט ער אַוועק דאָס געלט וואָס ער נעמט אַריין פאַר'ן הכשר?
איין זאַך איז ביי אונז אַ פּלא, פאַרוואָס אַ טשיקען פון התאחדות הרבנים קאָסט מער מיט 10 סענט פון אַן "אָ-יוּ" טשיקען. בשלמא ווען איר זאָלט האָבען מער אחריות און מער שוחטים, באַשטייען מיר אויף אַלעס, אָבער ליידער איז אונזער (אייער) שחיטה דאָ ווייניגער מער ווי העלפט ווי ביי גרינוואַלי שחיטה וואָס עס שטייט אונטער דיא "אָ-יוּ". ביי יענע השגחה זענען דאָ שוחטים וואָס רוהען יעדע אנדערהאלבן שעה, מיר האָבען אַליין געזען קישקעלעך וואס עס זענען דארט דא אַ פּאָר הונדערט שאלות אַ טאָ. ס'איז אמת אַז אַ סאַך איז כשר, אָבער באַקוקען באַקוקט מען, נישט אַזוי וויא ביי אייך וואס מען באקוקט נישט בכלל.
אצינד וועלען מיר אייך אַראָפּלייגען דעם סדר היום פון דיא שוחטים אין וויינלאנד, וואָס מיר האבן דאָרט געפינען.
א) דאָרט זענען דאָ 2 שוחטים בקביעות, 1) בן ציון בריף, 2) מרדכי האַלפערין. ממילא אויב מען וויל אַרבעטען 2 אויף דיא ליין כסדר און זיך טוישען שעה ביי שעה, דאַרף מען האָבען 4 שוחטים יעדען טאָג כסדר.
יעצט וועלן מיר פארשטעלן ווער עס שעכט, און וויפיל מען שעכט:
יום ב', לעמיל לאנדא, 800 לשעה. אברהם וו"ב, 1100 לשעה.
יום ג', אברהם ווערצבערגער אַ גאַנצען טאָג. יחזקאל גליק פון 14 ביז 15 הונדערט לשעה. מיר ווילען באַטאָנען אַ וויכטיגן פּונקט, אַז ר' אברהם ווערצבערגער שעכט געהעריג, ער איז טאַקע אַ מומחה אָבער פעדערען פליקט ער קיינמאָל נישט, און אפילו ווען מען זעט שטעלט ער נאָר לפנים אַהין די האַנט און קיינער קען דאָס נישט וויסען נאָר אַ שוחט, עס איז אַ דבר המסור ללב, און אז מען באקומט געלט פונעם בעל הבית, זעט מען גארנישט... אָבער דער יחזקאל גליק איז פשוט אַ שייגעץ. עס איז נישט קיין חידוש, ווייל אויב מען באקומען 6-5 טשעקס אַ וואָך, טוט מען אַלעס.
א) ער פליקט נישט.
ב) ער שעכט בהולכה אליין, אָן א הובאה.
ג) ער האַקט אַריין אין מפרקת, און עס איז פוגם דעם חלף.
1. אויך ווערט א סאך מאל נפסק החוט, ווי עס שטייט אין שמ"ח סי' כ"ד סעיף ד' ה'.
2. אַז מען האַקט אַריין אין מפרקת דאַרף דער חלף האָבען 12 בדיקות, ווי עס שטייט דארט אין סי' י"ח.
3. ווי קען מען אפילו זען וואָס מען טוהט אין אַזאַ שנעלען מהלך?
אַ משגיח פון האַרטפאָרט, א גערער חסיד מיט'ן נאמען ר' חָנה, וועלכער אַרבעט יעצט אין גרינוואַלי, האָט אונז דערציילט אַז ער פלעגט טרעפען וויפיל מאָל וואָס עס איז נישט געשאָכטען די סימנים נאָר דער מפרקת ביי די גלאַטע שובי"ם, און אַלע שובי"ם, ר' ברוך גאַנז פון באָבוב, אַ גוטער שוחט, און ר' שמואל העכט פון באָראָ פּאַרק, אַ בעל הוראה, און ער קען אויך אַזוי גוט וויא יעדער איינער, האָבן אונז אויך איבערגעגעבען אַלע פרטים. דער שוחט וואַכטפויגעל, אַ שוחט מומחה, וועלכער האָט אַ שענערען חלף פון אַלע גלאַטע שוחטים, האט אויך דערציילט וועגן דעם. זיי אלע וועלען דערציילן אלעס, אויב מען וועט זיי באשווערן.
יום ד', ישעי' קאַרפ, אַ גאַנצען טאָג. גליק, אַ האַלבען טאָג.
יום ה', ישעי' קאַרפ, אַ גאַנצען טאָג. ווערצבערגער, אַ האַלבען טאָג. איהר קענט געוואָר ווערען ביי די "לאנג איילאנד רעילראוד" און זייערע באס דרייווערס, פונקטליך ווען דיא שוחטים פאָרען אַהיים. אויף דעם ווילען מיר באַטאָנען:
א) אַ גאַנצען טאָג איז דער פשט אַז ער איז דאָרט אַ גאַנצען טאָג. אַ האַלבען טאָג, איז ער דאָרט נאָר אַ האַלבען טאָג, און ער שעכט דריי-פיר שעה אין איין צי, און דערנאך פארט ער אַהיים.
ב) אַ סאַך מאָל זענען דא נאָר דריי שוחטים, ווייל עס זענען דא סיבות און איינער אַרבעט פאַרען צווייטען פאַר געלט, און אַמאָל אַלס טובה, בבחינת "שמָר לי ואשמור לך".
ג) ווען עס זענען יאָ דאָ 4 שוחטים, שטייען אַ סאַך מאָל 3 אויף די ליין און איינער טוישט אויף דעם אַנדערען. דאָס מיינט אז זיי שטייען ביי די ליין אַ סאַך שעה'ן בהעלם אחת, כדי אַז די אַרבעט זאָל שנעלער פארטיג ווערען. יעדע שעה וואָס מען אַרבעט קאָסט 2500$.
ד) אַ שוחט וואָס האָט געאַרבעט פול טיים ביי לייפער במשך 15 יאָהר, האט מען ארויסגעווארפן פון די שחיטה ווייל ער האָט געשאָכטען נישט מער ווי 900 אַ שעה. קודם איז אויף אַלע שוחטים חל אַן איסור לא תרצח, יענעמ'ס פרנסה צונעמען? און וואס איז מיט השגת גבול? פון וואו זאָל ער געבען זיינע קינדער צו עסן? איין ערליכען שוחט האָבן זיי געהאַט, האבן זיי אויף אים געשריגן, גיי אוועק פון דא, דו שעכטסט צו ווייניג, מיר דאַרפען נישט קיין קאַליקעס, קול דמי הילדים צועקים לטרף ואין להם לאכול.
מען שעכט דאָרט 3 טראָקס אַ טאָג, יעדער טראק האָט אויף זיך בערך 6 ביז 7 טויזענט טשיקענס.
דער דאזיגער בריוו, ווי אויך דיא ערשטע צוויי בריוו, ווערן ארויסגעשיקט צו לערך 100 רבנים, און אויב עס וועט נישט געהערט ווערען ביז פרשת ואתחנן, מיט מודעות אין "דער איד" וועגן אַן ענדערונג אין דיא ענינים, וועט דער גאַנצער עולם אויפהערן צו עסן. מיר וועלען אַלעס מפרסם זיין, מיר וועלען נישט שפּאָרען קיין ווערטער, מיר האָבן שוין גענוג געשריבן.
איר ווייסט גאַנץ גוט אַז מיר ווייסן אַלעס. מיר זענען צו אַ גרויסע קהלה מ'זאל אונז קענען פירן ביי די נאָז. עס איז אָנגעגרייט 1800 בריווען אַרויסצושיקען.
מכתב יא
לכבוד דייני ומנהיגי קהלתינו קהל ייטב לב ולכל הרבנים שליט"א.
מיר האָבן אייך שוין געגעבן די לעצטע וואָרענונג, אַ די גרויסע שחיטות מוז נעמען אַן עק. יעצט איז אונז נתוודע געוואָרן פון אַ שוחט מומחה אַ גרויסער סוד, אַז דיא אַלע זאַכען וואָס זענען געווען ביז יעצט, איז געווען אַ קלייניגקייט, אָבער עס איז דאָ נבילות וטריפות ממש ל"ע.
אַז מען שחט 1200 עופות אַ שעה, קען דער רב נאָכקוקן וועט ער זען אַז עס מאַכט זיך אַ סאַך מאָל וואָס עס איז שמוטה און צוליב שנעלקייט זעהט ער דאָס נישט, און אויך קען פּאסירן אַז דער גוי קען אַרויפלייגן אויפ'ן קייט לעבעדיגע הינער, ווי מען האָט שוין אַ סאַך מאָל געזען.
נאָך זאָגט ער, אַז ווען דער רב זאָל נאָכקוקן וועט ער טרעפן אַז דער שוחט שעכט כסומא בארובה, און נאָך וועט מען זען אַז די תפיסה איז נישט קיין תפיסה, און דיא רבנים וועלן זען אַז מיר עסן נו"ט רח"ל, און מען איז עובר בשאט נפש אויף דעם מאמר חז"ל פון ר' יהודה ב"ר אילעי אין חולין דף כ"ז וואָס זאָגט עד שישחוט הוורידין. ווי אַזוי איז דאָ צייט אויף דעם, צו שעכטען די וורידין, און דיא גמרא זאָגט הזהרו בוורידין כר"י.
אויך האָבען מיר דיא לעצטע וואָך געהערט שמועסן אין התאחדות האברכים, אַז ר' צבי ווייס שו"ב האָט געזעהן ווי ר' יחזקאל גליק קוקט אויף טעלעוויזיע ל"ע, וויי איז צו אונז אַז מיר האבען דערגרייכט צו אַזאַ ביטערע מדריגה.
דיא מנהלי הקהילות האָבען מערערע מאָל געבעטן אַז ווער עס ווייסט קריטיק אויף דיא שחיטה זאָל קומען זאָגן און מ'וועט מתקן זיין, ולקיים דבריכם באנו, מיר זעען אַז ביז איצט איז נאָך גאָרנישט נשתנה געוואָרן לטובה, אדרבה, עס ווערט אלץ ערגער.
מיר לייגן דאָ אַראָפּ בכלל ווי אַזוי די שחיטה זעהט אויס, און בפרט ווי אַזוי שוחטים זעען אויס און זיי האָבען נישט קיין שום נאמנות.
אין דערהיים וואָלט מען שוין 10 מאָל מעביר געווען אַזעלכע בורים ורקים בלי שום ספק. וכל אלו דברים ברורים וקיימים בשם אומרם, און אַז דער רבי שליט"א וואָלט דאָס געוואוסט וואָלט ער דאָס נישט געקענט אַריבערטראָגען.
מיר האָבען באַקומען אַ רעפּאָרט פון גאָווערמענט דעפּאַרטמענט פון 3 חדשים צוריק, אַז מען האָט געשאָכטן 18 טויזנט עופות אין 7 שעה, וואָס דאָס קומט אויס פאַר איין שוחט בערך פון 12 ביז 13 הונדערט אַ שעה.
מיר בעטען אייך, און מיר וואָרענען אַז עס מוז אַרויסקומען אַ תקנה פון דריי רבנים, אַז מ'טאָר נישט שעכטען מער פון 500 עופות אַ שעה, אפילו ווען עס איז דאָ אַזעלכע וואָס זאגן אז זיי קענען שחט'ן שנעלער, ווייל עס איז דאָ אַזעלכע וואָס קענען נישט שחט'ן מער, און ווערען מיטגעריסן מיט'ן שטראם פון שחט'ן שנעל, און ווייל זיי האבען מורא אז זיי וועלען פארלירן זייער פּרנסה, זענען זיי מאכיל נו"ט רח"ל...
בשם וועד העומד על המשמר
נ"ב: יעצט פאַר'ן אַרויסשיקן דעם בריוו איז אָנגעקומען אַ ידיעה אַז די רבנים האָבען דאָס גענומען אין די הענט. ממילא וועלען מיר וואַרטן אַביסל צייט, אָבער אויב מיר וועלען נישט הערען ביז אַ קורצע צייט א השתנות, שטייען מיר גרייט און מיר וועלן ווארטן. געדענקט, מיר זענען פאַרבינדען מיט אַלע כוללים, וד"ל...
וועד העומד על המשמר
*
מכתב יב
לכבוד דייני ומנהיגי קהילתינו קהל יטב לב ולכל הרבנים שליט"א.
די שוחטים וואָס זענען שותפים מיט וויינשטאָק'ן זענען אָנגעגאַנגען מיט אַ פולן טעראָר קעגען אַלע שוחטים, ווייל זיי האָבן געוואוסט אַז די סודות פון די בריוו קומען נישט פון די גאַס, נאָר פון אייגענע ערליכע שוחטים, ווייל זיי ווייסען אַז איינער ווייסט צופיל צו דערציילן.
איינער פון די שוחטים איז אַרויסגעפאָרן צו די שחיטה מיט אַ רעוואָלווער און ממש געסטראַשעט מיט האַרג'ענען, ביז איינער אָדער צוויי האָבען דערציילט אַז ער מיינט דעם שוחט ר' שלום יודא גראס וואָס ער איז אַ פרומער, און ער רעדט זיך כסדר אָפּ אויף די אַלע שוחטים אין שחיטות און מן הסתם איז דאָס זיין אַרבעט.
אַזוי ווי דער שחיטה סקאַנדאַל האָט אָנגעמאַכט אַ גרויסן טומל אין סאַטמאַרער ביהמ"ד, האָבן זיי געמוזט שרייבן אַז זיי האָבן געמאַכט נייע תיקונים, און דאס צעטל האָט געהאָנגען אין ביהמ"ד.
נ.ב. דאָס צעטל פון די תיקונים האָט געהאָנגען אַ סאַך צייט, ווייל זיי האָבן שוין נישט געהאַט קיין ברירה. די שטאָט האָט שוין צו שטאַרק געקאָכט.
דאָ ווייטער וועט איר זען דעם צעטל:
*
מכתב יג
קהל יטב לב דסאַטמאַר
מודעה
אזוי ווי עס איז באַוואוסט, אז עס זענען איינגעפירט געוואָרען נייע תיקונים און הידורים אין קהל'ס שחיטה (בהמות און עופות) תחת השגחת ועד הכשרות דקהל יטב לב דסאַטמאַר, וואָס עס איז געגרינדעט געוואָרען עפ"י כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, מיט א ספּעציעלען משגיח וואָס די קהלה האָט באַשטימט, וואָס מיר וועלען אי"ה מפרסם זיין – דורך דעם זענען פאַרמערט געוואָרען ב"ה די קונים.
דעריבער ווערען די חשוב'ע קונים געבעטען צו קאאפּערירען, און נעמען אין באַטראַכט אַז "כל התחלות קשות", און עס קען זיך טרעפען אַז איין געוויסער פּראָדוקט וועט נישט זיין אויפ'ן באַלדיגן פאַרלאַנג, זאָל מען מוחל זיין געדולדן און נוצן ביז דערווייל אַן ענליכעס, כדי צו ערמעגליכען איינצוהאַלטן דעם נייעם סדר מיט אַלע תיקונים און הידורים.
עש"ק פ' ויקרא תשל"ד לפ"ק.
הנהלת הקהלה
המשך בעמוד הבא...