שחיטה דף הראשי -
SHCHITA HOME PAGE
KOSHER SLAUGHTER
משמרת השחיטה העולמי
שעל ידי ועד הכשרות
העולמי
נתייסד על ידי ועד הרבנים העולמי
Mismeres HaShechita International
A
Port Of The
Vaad Hakashrus
International
Founded By The
Vaad Harabonim
International
כאן תמצא בעז"ה כל הספרים וענינים על עניני שחיטה
דף 143 PAGE
משמרת השחיטה העולמי - Mismeres HaShechita International
תלחץ בכל מספר ותגיע לשער השמים
502 PAGES -
502 gimatria BASA"R
1
2
3
4
5
6
7
8
9
10
11
12
13
14
15
16
17
18
19
20
21
22
23
24
25
26
27
28
29
30
31
32
33
34
35
36
37
38
39
40
41
42
43
44
45
46
47
48
49
50
51
52
53
54
55
56
57
58
59
60
61
62
63
64
65
66
67
68
69
70
71
72
73
74
75
76
77
78
79
80
81
82
83
84
85
86
87
88
89
90
91
92
93
94
95
96
97
98
99
100
101
102
103
104
105
106
107
108
109
110
111
112
113
114
115
116
117
118
119
120
121
122
123
124
125
126
127
128
129
130
131
132
133
134
135
136
137
138
139
140
141
142
143
144
145
146
147
148
149
150
151
152
152
153
154
155
156
157
158
159
160
161
162
163
164
165
166
167
168
169
170
171
172
173
174
175
176
177
178
179
180
181
182
183
184
185
186
187
188
189
190
191
192
193
194
195
196
197
198
199
200
201
202
203
204
205
206
207
208
209
210
211
212
213
214
215
216
217
218
219
220
221
222
223
224
225
226
227
228
229
230
231
232
234
235
236
237
238
239
240
241
242
243
244
245
246
247
248
249
250
251
252
253
254
255
256
257
258
259
260
261
262
263
264
265
266
267
268
269
270
271
272
273
274
275
276
277
278
279
280
281
282
283
284
285
286
287
289
290
291
292
293
294
295
296
297
298
299
300
301
302
303
304
305
306
307
308
309
310
311
312
313
314
315
316
317
318
319
320
321
322
323
324
325
326
327
328
329
330
331
332
333
334
335
336
337
338
339
340
341
342
343
344
345
346
347
348
349
350
351
352
353
354
355
356
357
358
359
360
361
362
363
364
365
366
367
368
369
370
371
372
373
374
375
376
377
378
379
380
381
382
383
384
385
386
387
388
389
390
391
392
393
394
395
396
397
398
399
400
401
402
403
404
405
406
407
408
409
410
411
412
413
414
415
416
417
418
419
420
421
422
423
424
425
426
427
428
429
430
431
432
433
434
435
436
437
438
439
440
441
442
443
444
445
446
447
448
449
450
451
452
453
454
455
456
457
458
459
460
461
462
463
464
465
466
467
468
469
470
471
472
473
474
475
476
477
478
479
480
481
482
483
484
485
486
487
488
489
490
491
492
493
494
495
496
497
498
499
500
501
502
אוצר
היהדות העולמי
OTZER HYAHADUS HOILUMI
מאגר ספרי
שחיטה העולמי
The World
Shechita
Library
שחיטה אנציקלופדיה - Shechita Encyclopedia
The Laws of Shechita
מיסודו של הגה"צ רבי שלום יהודה גראס, כ"ק מרן אדמו"ר מהאלמין שליט"א
Rabbi Sholom Yehuda Gross, the head of the Rabbinical court of Holmin
לקבלת ""קובץ ספרי שחיטה המובהקים" 16 כרכים בחינם: - לרבנים, מנקרים, שוחטים, בודקים, ומנקרים, וכוללים,
נא להתקשר למנהל "חברה מזכי הרבים
העולמי" הרב אברהם ווייס, בבית המדרש "עטרת ישעיה" האלמין
רחוב נחל לכיש 24/8
- רמת בית
שמש ארץ ישראל
011 972 548 436 784
המשך מעמוד הקודם...
ספר
קול השוחטים
חלק ז
מכתב נ
הזדעזעי עיר מאנרוי
כי נעץ ה"שבתי צבי" טלפיו בחומותיך
א מחאה קעגען היינטיגע שבתי צבי'ניקעס
די פרעסע איז פול געווען פאר צוויי וואכען וועגען דעם אומדערהערטען ארויסטריט פון א קינדער מלמד אין קרית יואל וועלעכע האט געזאגט פאר די קינדער אז דעם רבי'ן (מיינענדיג דעם סיגעט-סאטמער) מוז מען פאָלגען אפילו אויב ער וועט הייסען עסען נבילות וטריפות רחמנא ליצלן, און האָט געבעטען די קינדער נישט צו-פאַרציילען אינדערהיים....
מורי ורבותי! מיר געדענקען נישט אַזא ערשיינונג פון שבתי צבי ימ"ש וועלעכער האָט געהייסען עסען חֵלב מיט אַ ברכה. און דא דרייט זיך ארום אַ מלמד מיט די זעלבע דעות און אלעס שווייגט. די חוצפה איז אומדערהערט דאָרט ווי יעדער ווייסט אַז כ"ק מרן הגה"ק מסאטמער זצ"ל האָט אַ גאַנץ לעבען געקנעלט און זיינע תלמידים וחסידים אַז תורה איז העכער ווי חסידות און וואס דרבי הייסט טוהן קעגן די תורה איז ער אַ שייגעץ כאחד השקצים און מען דארף פון איהם אנטלויפען. און דאָ ווייגט מען זיך צו פרעדיגען אין די קינדער דאָס פאַרקערטע?...
בושנו מכל עם: דאָס פנים פלאַמט פון בושה ווי ווייט נידעריג מיר שטייען. אדרבה פראָבירט אריינגיין אין דעם נידעריגסטען אידישען מוסד פון גאַנץ אמעריקא. און איר וועט פאַר קיין געלט נישט הערען אַזעלכע ווערטער. און דא גייט דאס אַדאָרך בשתיקה?.
רבנים, מנהיגים, ראשי ישיבות, מלמדים, מחנכים, מנהלים, פארגעסט נישט אַז שטיל שווייגען אַזא צייט מאַכט אַ שווערן רושם און הימעל, דריקט אויס אייער מחאה ביי אייערע מוסדות ותנו כבוד לד' אלקיכם, און אויפהייבען דעם כבוד התורה שנתחלל בעוה"ר.
יהודים התעוררו!
החלצו למלחמת ה' בגבורים להוקיע מסיתים ומדיחים אלה נגד השמש. התאזרו עוז ועצמה לגלות פרצופיהם של פורצים בחומות תורה הקדושה וטורפי נפש עולליכם אלה. ולעקור ע"ז זו, וה' יהי' בעזרכם שיגודעו קרני רשעים תרוממנה קרנות צדיק.
החותם בלב נשבר ונדכה מצרות ישראל בגוף ונפש, כי הן רשעים כים נגרש השקט לא יכולו, וה' הטוב ירחם עלינו למען שמו יתברך ונזכה לגאולה וישועה קרובה בהרמת קרן התורה והיהדות בב"א.
יום ג' פרשת שלח לסדר "למה זה אתם עוברים את פי ה' והוא לא תצלח" חודש אייר שנת תשמ"ט לפ"ק.
הק' שלום יהודה גראס
אבדק"ק האלמין יצ"ו
***
מכתב נא
בס"ד
וויכטיגע מודעה
אויפן פארלאנג פון די אנשי הקהלה פון סאטמאר נוצט מען נישט קיין בהמה פלייש דעם זומער סיזען און אלע סאטמערער קעמפס, יונגל און מיידעל קעמפ, א.ד.ג..
נ.ב. ווי מיר דערוויסען זיך ווערט געפלאנט אויך אין סאטמערער ישיבה אין מאנרוי נישט צו ניצען בשר בהמה אגאנץ יאר אופן פארלאנג פון כמעט אלע עלטערען פון די בחורים. צוליב די גרויסע הפקירות ביי די אזוי געריפענע היימישע שחיטה וואס סאטמערע אידען פלעגען ניצען ביז נישט לאנג צוריק.
פאלגט נאך ווייטערדיגע מודעות
*
מכתב נב
בס"ד
מודעה חשובה
ווי עס איז באוואוסט קאכט מען אין יונגעל קעמפ סעודות פאר אלע קעמפס כולל יונגעלייט.
דער אנפירער ר' יודיל רוזנבערג, האט געהאט גרויסע פראבלעמען ווען די עלטערען זענען געקומען איינשרייבען די קינדער אין די קעמפס, האט ר' יודיל געזעהן דאס ער האט א גרויס פראבלעם, ווייל די עלטערען ווילען בשום אופן מען זאל נישט געבען בהמה פלייש און אויב מען טוט נישט זייער פארלאנג האלטען זיי ביים ארויס נעמען די קינדער פון די סאטמערער מוסדות, די עלטערען האבען געגעבען נאך איין עצה דאס מען זאל קאכען עקסטער פאר די קינדער עופות פלייש. אבער עס איז פארשטייט זיך זייער שווער אנציפירען אזא קעמפ מיט צוויי ערליי מאכלים.
איז ר' יודיל אריבער צו הרב ר' יודיל גרובער און האט איהם געפרעגט וואס עס גייט פאר? האט איהם הרב גרובער מסביר געווען די פראבלעמען מיט דעם שוחט מיטן סכין פגום און מאכיל טריפות במזיד וכו'.
ר' יודיל רוזנבערג האט גע'טענ'ת היתכן מען קען דאך מתקן זיין זאל מען נעמען אן אנדערען שוחט...ביז ער איז געוואר געווארען אז די גליק משפחה זענען ממש שותפים און די פלייש ביזנעס וכו' און וועגען דעם קען מען גארנישט מתקן זיין.
ר"י רוזענבערג איז ממש ארויס פון די כלים אויפגעשפרינגען און צורידערטערהייט מיט גרויס געשפאנקייט אויסגעהערט די אלע געוואלדיגע מכשולות וואס טוט זיך ביי די שחיטה און קיין שום תיקון ווערט נישט צו געלאזט און דער רב המכשיר באקומט ריזיגע געלטער צו פארטומלען די מוחות וואס זענען ליידער פול פול שטערקער און גרעסער ווי דער עולם מיינט
ר"י גרובער האט נאך מוסיף געווען אז לויט ווי דער מצב שטעלט זיך ארויס וועט אזוי שנעל קיין תיקון נישט ווערען ווייל די בעלי בתים זענען גבר אלימ'ס און ווארפען א טעראר אויף אלע רבנים.
און עס איז געווען אסיפות פון רבנים ביז עס איז נישט געבליבען קיין עצה ביז די התאחדות הרבנים האט אראפ גענומען דעם הכשר און אחריות פון די כשרות פון די אלע דאזיגע פליישען, און אפילו עטליכע רבנים פון התאחדות האבען הכשרים אויף בוטשער'ס איז דאס נישט אויף די שחיטה נאר אופן זאלצען, אבער אויף די שחיטה זענען זיי מפרסם פאר זייערע מעמבערס אז זיי נעמען נישט קיין אחריות אויף די שחיטה.
ר"י רוזנבערג איז אריבער געלאפען צום רב פון קהילת סיגוט-סאטמער פרעגען וואס מען טוט צו פארעכטען די שחיטה, דער סאטמער רבי איז אויפגעשפרינגען פון כעס, ער האט איהם געוואלט ארויסווארפען פון שטיב, ר' יודיל האט געזעהן אז כלתה אליו הרעה האט ער געזאגט צום רבין דאס ער מיינט נאר די טובה פון רבין, זאגענדיג אז רוב עולם ווילען נישט הערען פון קעמפ דעם יאר אזוי שטארק איז דער עולם צו קאכט וועגען די שוידערליכע שמועות און קלאנגען וואס גייען ארום איבער די הפקירות ביי די שחיטה.
און וואס פאר א פנים וועלען מיר האבען פאר די וועלט דארט ווי די וועלט קען אונץ נאך נישט מוחל זיין פאר די ביטערע רייבונגען און חילול השם וואס האט שוין ליידער געקאסט אזויפיל אידישע נפשות, און וואס האלט ממש ביים טיילען די קהילה און צווייען, און די טריפענע צייטונגען פון אלע אונזערע שונאים באפוצען דאס און פראייען זיך מיט אונזער דורכפאלען, און עס איז ח"ו א גרויסע סכנה אז די אלע קהילות פון סאטמער וויליאמסבורג, מאנסי, לעקוואד, בארא פארק, גייט ווען א מורא'דיגער שפאלט סאטמער וועט זיך צוטיילען אין 2 חלקים ווי עס ווייזט זיך וועט דרבי פארלירען רוב עולם דארט ווי רוב פון די אייגענע קינדער חסידים שוין היינט בחורים יונגע-לייט האלטען עלטער אידען זענען מבזה דעם רבין מיט זיין זיהן דעם רב פון מאנרוי אין אלע גאסען.
ווי קענען מיר דאס צוקוקען און שווייגן מיר מוזען זיך דאך אננעמן פארן רבינס כבוד אויב נישט האלט מען ח"ו ביים באנקראט און נאר די שונאים וועלען פארדינען פון די גאנצע פרשה. איז חאטש איך וויל דעם רבין נישט זאגען קיין דעה איז מיין מיינונג אז מען זאל דאס מאל נאכגעבען וועגען די פלייש וואס מאכט אן אזויפיל מחלוקת און ברענגט נישט קיין גיטס און בפרט אין די קעפמס דארט ווי עס צייגט זיך ארויס קלאר אז רוב אנ"ש ווילען נישט וויסען מער פון עסען פלייש אויף אזוי ווייט אז זיי סטראשענען אז זיי וועלען שיקען זייערע קינדער און עקבי הצאן און אנדערע מוסדות צו ח"ו זיכט דאס דרבי? אויב ח"ו עס וועלען אגרויסער עולם נישט קומען אין קעמפ דעם זימער וועלען זיי אוודאי אויך לאזען זייער קינדער אין דעם זעלבען פלאטץ סיי מיידלעך סיי יונגלעך און אונזערע שונאים וועלען פון אונזער מיה גרויס ווערען און זיך קאנצעטרירען און אויפבויען גרויסע מוסדות און וויליאמסבורג בא"פ ונוסף גם הם על שונאינו להלחם בנו...
און ליידער איז שוין דא א גרויסע קרייז פארדארבענע יונגען וואס ווארטען אויף אזא געלעגנהייט כדי צו קענען גיין אויף ליובאביץ הערען זיינע שיחות און ווערען זיינע חסידים, און די זעלבע איז מיט ר' מעכיל, לעבאביץ. מיט בעלז, וואס די ליובאביצער מסיונערען פארסאמען די קעפ, וואס וועלען קיינמאל פון דארט נישט ארויסגיין און זיי אליין וועלען מיט אונזער לבוש אזוי ווי וועכטעריסטען.
וויסענדיג אז עס וועט זיי נישט אנקומען שווער דארט ווי עס איז דא א שפאלט און אונזער רעיון וואס דרבי זייערער האט פארלוירען זיין אטאריטעיט און זיין ווארט איז נישט מאסטגעבען צווישען זיינע אייגענע חסידים ווייל די מערסטע טוען גענוי קאפויר ווי דרבי הייסט.
און אזוי אויך האבען מיר נאך שונאים וואס מיר ליידען אזוי אויך גענוג פון זיי מה לנו ולצרה הזאת? באלד איז צוזאמען געקומען עטליכע דרינגענדע מיטונגען ביים סיגעטער רבין אין הויז און עס איז געבליבען פה אחד אז ר"י איז פארט גערעכט און ווי ווייט מיר ווילען נישט נאכגעבען אונזערע אייגענע שונאים איז דער שאדען פיל פאכיג, זענען מיר דאך געצווינגען דערצו ווייל אז נישט וואס אונזערע אינגעלייט באווייזען נישט טוען דאס די פארביסענע צייטונגען משלים זיין מיט זייערע מיעסע געשליפענע צינגען, און פראייען זיך אויף די גרויסע מפלה פון אונזער הייליגע קהלה, און ח"ו צו זאגען אז דאס זאל זיי געלונגען אפילו נאר א טייל פון דעם וואס זיי שטערעבען שוין אזויפיהל יארען.
נאך אזאך איז דערמאנט געווארען ביי די אסיפה אז די פאפער קעמפס ווערען נישט בכלל סערווירט קיין פלייש צוליב די גרויסע מכשולות, און די וועלט וועט אויסטיישען אז סאטמער עקשענט זיך דווקא צו געבען פלייש ווייל זיי האבען אונטערעס אונץ צו געבען נו"ט פאר אונזערע קינדער, און אז אין מאנרוי איז מען נישט בכח איינצוצוימען די אלע זאכען ווי אזוי וועלען מיר נאך אויסקוקען ווען דער פייער וועט זיך צושפרייטען און אלע קהילות.
דרבי האט מיט א שווער הארץ מסכים געווען צו די גרויסע באשלוסען פון די ראשי הקהלה, זענדיג דעם גרויסען בראך וואס זיינע חסידים ווערען ווייניגער פון טאג צו טאג און זעהן ווי די שונאים וואקסען ווי שוואמען נאך א רעגען, פון די געוועזענע גאר נאנטסטע און געטרייסטע חסידים ווערען איבער נאכט איבערגעדרייט פאר די גרעסטע שונאים און עס איז נישט מעגליך צו קאנטראלירען די אייגענע קרייזען ווער עס איז נאך באמת פון אונזערע און ווער נישט.
די ווייטערדיגע באריכטען וואס עס האט זיך אפגעטוהן נאכדעם וועלען מיר שרייבען באריכות.
די גאנצע שטאט רידערט זיך פון דעם אז רוב סאטמערע חסידים האבען גענצליך איינגעזעהן אז אלע עירעורים זענעם אמת, און אז מיט די קינדער ווערען געפיטערט מיט נו"ט יארען לאנג. אנצופילען דעם באטעל פון קצבים מיט מכשירים נאכצוקומען זייערע אגאיסטישע אינטערעסען.
חוצפה סאלאמיס, טירנאער חלילה סאטמער נוצט אויסנישט ריזיגע מסיבה קיינער נישט צוגערירט צום פלייש.
דער דרוק פון דעם ריזיגען ציבור און סאטמער וואס רירן נישט אן קיין פלייש איז געווארן גרעסער פון טאג צו טאג, אדער ר"י רוזנבערג האט אנגערופען בתום לב ר"י גרובער פרעגען וואס גייט פאר? האט גרובער געזאגט דער מצב איז ביטער מען האט שוין פראבירט מתקן זיין וויינשטאק'ס שחיטה, אבער עס גייט נישט. די טעמים זענען באקאנט.
*
המשך בעמוד הבא...